ו'רמח

ו'רמח

ב"ה, ט"ז תמוז תרפ"ט

ריגא

אל ש"ב הכבודה 1826 ת'

שלום וברכה.

אייער בריף האב איך ערהאלטין און דיינק אייך זייער פאר דעם אוספירליכין שרייבין.

דיא אלע קרובים שי', איז קאם ואס זיי האבין צום לעבין, און עס איז אויסשליסלעך אז זיי זאהלין קאנען העלפין.

אין בערלין מאכט זעך מיר אפטער זיין. דעם קומענדיקין דינסטאג איז מיט גאטעס הילף מאך איך א ראייזע אין ארץ ישראל 1827 , דיא פאמיליע יחיו, דיא מוטער, מאיין פרו, און דיא קינדער יחיו, בלאייבין אין דער היים אין ריגא. איך פאהר אייף א פאר ואכין אין ארץ ישראל, און נאכדעם אי"ה אין אמעריקא אייף א קליינער צאייט.

איבער דעם ואס איהר פרעגט אייף א שידוך פאהר אייער ברודער יחי', איז ליידער האב איך ניט קין בעציאונגען אין דיא זאכין, אבער מיא האט גידארפט אין דעם טאהן, עס איז דאך נאך פראן וויילע איידעלע קינדער, מיט ועמען מיא קאהן האפין אייף א ארענטליכין רואיקין גליקליכין לעבין.

ש"ב הפורש שלומה ומכבדה.

הערות

  1. 1826. ש"ב הכבודה: מרת ראשע (כדלעיל אגרת 6160), אלמנת ה"ר שמואל ווינער, שנפטר בשלהי החורף (כדלעיל אגרת 6146). וראה לעיל אגרת 6173, שכותב רבינו אל ר' ירמי' ווינער – מחותני.
  2. 1827. ראייזע אין ארץ ישראל: כדלעיל אגרת 6191, ובהנסמן בהערות שם.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.