ו'קעג
ו'קעג
ב"ה, ז' ניסן, תרפ"ט
אל מחותני הנכבד מר ירמי' שי' וינער 1610
שלום!
איך ענטשולדיג זיך פאַר אייער מוטער ת', ואָס איך האָב דעם מארט צאָהלונג 1611 אייניגע טעג פאַר צייגין, איך בין גיוען פאַר ראַייזט 1612 , און קומענדיק בין איך גיוען זייער בעשעפטיגט מיט דער אָרגינזאַציאן פון שיקין מצה 1613 און פסח-דיקע מעהל פאר אונזערע לאיידענדיטע ברידער יחיו, גאָט צוא דאַיינקען מיא האָט אָפ גישיקט 28 ואַגאָן מצה און 5680 מעהל פאַסילקעס 1614 .
גיויס האט איר ערהאַלטין מאַיין בריף מיט דעם אָנואַייזונג אויף די 50 דאָל', איצט שיק איך אַ אָנואַייזונג אויף 50 דאָל' פאַר אַפרעל. גיויס ועט איהר אויספאָלגיען דאָס ואָס עס איז גיוען אפ גירעט 1615 מיט אַייער פאָטער ז"ל איבער דיא ספרים ואס מיא דארף מיר אָפ שיקין. איך שיק עקסטרא 10 דאָלר אייף פאָסט געלט און שיקין דיא ספרים דורך פאָסט.
איך ואָלט ועלין בעטין מאַיין קרובה אַייער וערטע פרו ת' שרייבין ואָס זיא מאַכט, און מעגליך מיר שרייבין ואָס מאַכין די מוטער ברידער און שוועסטער יחיו מיט זייערע פאַמיליען, ואו [זיי] זאַיינען און ויא גייט דאָס זיי, דיא צייט האָט גיבראַכט אַז גאָר נאָהענטע קרובים זיינען פאנאנדער גיואָרפין אייף דער גאנצער ועלט און איינער וייס ניט פון דעם צוייטין, פון די פעטערס ר' שמואל אהרן, ר' שלמה, ר' דובער, ר' סענדער, פון שועסטער קינדער אהרן נחום 1616 און שמואל יחיו, האָב איך דיא צייטין גיהאַט בריף זיי גייט נישקשה.
איך וינש א גוטין יום טוב.
ש"ב ומחות'.
הערות
- 1610. מחותני . . וינער: אגרות נוספות אליו – לעיל 5950, ובהנסמן בהערות שם. וראה שם לתוכן האגרת.
- 1611. מארט צאהלונג: התשלומים החדשיים עבור הספריה, כדלעיל שם.
- 1612. פאר ראייזט: נסיעת רבינו לברלין, כדלעיל אגרת 6151, ובהנסמן בהערות שם.
- 1613. שיקין מצה: דלעיל אגרת 6082, וראה בהנסמן בהערות שם.
- 1614. 5680 מעהל פאסילקעס: בדיווח הסופי נרשם שנשלחו 5689 חבילות. ראה לקמן אגרת 6182.
- 1615. אפ גירעט: כדלעיל אגרת 6160.
- 1616. אהרן נחום: אולי אלכסנדר, דלעיל אגרת 5784, וש"נ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.