ו'קנג

ו'קנג

ב"ה, ה' ט' אדר שני, תרפ"ט

כבוד ש"ב הגביר הנודע בעל מדות טובות משכיל על דבר טוב מו"ה [אברהם הכהן] 1533

שלום וברכה!

ענדע אדר ראשון און אנפאַנגס אדר שני (די ערשטע טעג מערץ), בין איך גיוען 8 טעג אין ברלין 1534 , ואו איך האָב גיהאַט נייטיג צוא פאַרברענגין דיא עטליכע טעג, צוליב צוא אָרדערין דיא מצה אַקציא 1535 הילף פאַר אונזערע ברידער שי' אין רוסלאַנד, דיא מצה פראָבליעם איז ברוך השם גוט דורכגיפירט גיואָרין, אָבער ליידער דיא צאָהל (פאַשלינע) קאָסט זייער טייער, 2 רובל פון קילא. דאָך האט אונז דער אייבערשטער ב"ה בעגליקט בעקומען אַ ערלויבענעש אָפ שיקין 5 ואַגאָנן מצה מיט אַ קליינעם צאָהל (פאשלינע) 5 קאָפ' פון קילא, מיר ערואַרטין אייך די איבעריקע ואַגאָנען קאָנען שיקין אייף גינסטיקע בעדיננונגען.

לאויט אַיער בריף האָט איהר גירעכינט, אַז אָנפאַנגס מערץ ועט איהר מיט דעם אייבערשטינס הילף ערפיהלין אַייער נדר, ואָס איהר האָט מיט אַיאָהר צוריק 1536 אַליין זיך אוייסגירופין. ואָלט איך גיואָלט ויסין אין ואָס פאַר אַ באַנק דארף איך איבערגעבין דיא ועקסלען צוא אינקאַססא. אייך האָט איהר גישריבין אַז איהר ואָלט ועלין קומען אין ריגא מיט אַ ויזיט (ואָס באַ אונז ואָלט דאס גיוען זייער פריינדליך אָנגינומען), און איבער שפרעכין איבער דער בואונג פון דער ישיבה 1537 , ואָס מיר האָבין קורץ גירעט אין דעם זאַייענדיק אין ווארשא 1538 , ואָלט איך גיואָהלט ויסין וען רעכינט איהר דאָס, גיויס ועט איהר מיר אלעס אוייספיהרליך שרייבין.

מיר אַללע זאיינען ב"ה גיזונד און גריסין אייך.

הערות

  1. 1533. מו"ה אברהם הכהן: אגרת נוספת אליו – לעיל 6004.
  2. 1534. גיוען . . ברלין: כדלעיל אגרת 6151. לקמן 6163.
  3. 1535. מצה אקציא: כדלעיל אגרת 6082, וראה בהנסמן בהערות שם.
  4. 1536. נדר . . איאהר צוריק: כדלעיל ח"ב אגרת שפז.
  5. 1537. בואונג פון דער ישיבה: ראה גם לעיל אגרת 6016.
  6. 1538. זאייענדיק אין ווארשא: בימי החתונה בי"ד כסלו, כדלעיל אגרת 6004.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.