ו'צ

ו'צ

ב"ה 1299 , ב' יו"ד שבט, תרפ"ט

ריגא

שלום וברכה!

...גשמיות און רוחניות זאַיינען אַזיי ואייט איינע פון דיא 2-טע אַז אין מיטין איז אַ גרוייסער תהום (פראפאסט), ואָס איינער רופט גוט, רופט דער אַנדערער שלעכט, ואָס איינער זאָגט אַז עס איז דאָס אים זיס און גישמאַק, און דער אַנדערער זאָגט ביטער און עקילהאַפט.

עס איז אפילו פראַן א פאַרמיטלער, דאָס איז שכל, אָבער דעם ריכטיקין פאַרמיטעלער, איז אָפט שווער צוא גיפינען אין דער היים, און זאַיינע אַגענטין זאַיינען ניט אַזיי ראיעל, אַ מאָהל זאַיינען זייא אייף 1 זאַייט, אַ מאָהל אייף דעם 2-טין זאַייט.

אָבער אָהן קיין פאַרמיטעלער איז דער קאַמף אַ שודערהאַפטער, אַ שרעקליכע בילד, און דער גוף ער איז דער לאַיידינדער, ער מוז איבער טראָגין אייף זיך דיא שווערקאַייט פון דיא קאָנען, פון ביידע זאַייטין, ער איז דיא מלחמה טעראָטאָריע, ואָס פון ביידינס נצחון וערט ער גישעדיקט, זאָל דער גוט מאכין און מנצח זאַיין, אָדער דער אַנדערער ועט גוט מאַכין און מנצח זאַיין, איז ביידינס נצחון אייף אים.

מיא דער ציילט פון דעם גרייסין חסיד ר' הלל זצ"ל פאריטשער, אַז אַמאָהל איז איינער אַראַיין צו אים אויסריידין זיך דיא האַרץ, און האָט גיקאָנצעט 1300 מיט די וערטער "אַז עס איז אים זייער פאַסקודנע", האט אים ר' הלל גיזאָגט 1301 מיא טאָר אַזיי ניט זאָגין, אייב עס איז זייער שווער חלילה, מאָג מען זאָגין אַז עס איז ביטער, ניט גוט און פאַסקודנע טאָר מען ניט זאָגין.

דיא חסידים ואָס האָבין גיהערט דאָס ואָס דער האָט דערציילט, ואָס ר' הלל האָט אים גיזאָגט, האָבין זיי דאָס ניט פאַרשטאַנען, ואָס איז דער אונטערשייד ציא מיא זאָגט פאַסקודנע און ניט גוט, ציא מיא זאָגט ביטער, דער אמת איז דאָך פאָרט אַזיי, אַז ניט גוט איז פאַסקודנע, און אַז ביטער איז ניט גוט.

איינער פון די גרעסערע תלמידי' ר' הלל-ס האָט זעך גישטארקט און אין אַ פאָר טעג אַרום גיפרעגט באַ ר' הלל-ן ואָס ער האָט גימיינט מיט דעם ואָס ער האָט יענעם אַזיי גיענטפערט.

ר' הלל האָט אים ערקלערט, יעדער זאַך ואָס אַ מענטשין פאַסירט, אין קינדער, פרנסה, גיזונד וכו', איז דאָס אַלץ אַ ריצעפט, דיא זאַך פון אַ ריצעפט איז, אַז זאָל מאַכין בעסער דעם לעבין, דעם פאַרבונד פון דער נשמה מיטין גוף, גוטע קינדער, גיזונד, פרנסה, דאָס איז אַ זיסער ריצעפט. חלילה פאַרקערט, אפילו אין 1 זאַך, איז דאָס אַ ביטערער ריצעפט.

דער ואָס זאָגט אז עם איז גוט, און דער ואָס זאָגט אז עם איז פאַסקודנע, זאַיינען ביידע ניט ויא עס דאַרף צוא זאַיין, דעם ואָס איז גוט ועט זעך שיים ניט סטארען 1302 אַז ער זאָל בעסער וערין, און דער ואָס זאָגט אַז עס איז פאַסקודנע לאָזט אָפ דיא הענד, און ער רעכינט אַז עס איז פאַרפאַלין.

אָבער אַז מיא האַלט אַז גוט איז מער ניט ויא זיס, און ניט אַזיי איז מער ניט ויא ביטער, איז וייס מען אַז דאָס איז אַ ריצעפט, און מיא דאַרף ניט בלייבין נאָר באַ דעם אַליין, מיא דאַרף ועלין בעסער. און די ביטערע, אַז מיא וייס אַז דאָס איז אַ ריצעפט דאַרפמען טאָן, און האָפין צוא דעם אייבערשטין ער זאָהל רחמנות האָבין...

יוסף יצחק

הערות

  1. 1299. מצילום האגרת.
  2. 1300. גיקאנצעט: סיים.
  3. 1301. ר' הלל גיזאגט: ראה גם לעיל ח"ב אגרת שפב.
  4. 1302. סטארען: ישתדל.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.