ו'ד

ו'ד

ב"ה, ג' נר ד' דחנוכה, תרפ"ט

כבוד ש"ב הנדיב ובעל מדות טובות המשכיל הנודע גזע תרשישים מר אברהם שי' הכהן 1113

שלום וברכה!

איך בין נאָך זייער פאַרמאַטערט פון דער חתונה, פון דער רייזע און פון דיא אייניגע טעג ואָס מיר האָבין דאָ פאַר בראַכט מיט פיללע מענטשין, גילייבט השי"ת פאר אַלץ, איך האָף אַז גיוויס האָט איהר גיהאַט פערגיניגין פון אייער זאַיין אייף דער חתונה, איך האָב דער פון פערגיניגין.

זייענדיק אין ווארשא האָט מיר דיא צאייט ניט גיגעבין די מעגליכקאַייט, ריידין מיט אייך מערער פאַדראָבנע 1114 מכח די גרייסע גוטע זאַכין ואָס איהר וילט טאָן 1115 , איך בענטש אייך פון טיפין האַרצין, אז דער אייבערשטער ברוך הוא זאָל אייך העלפין אין געכין בריינגען דאָס אין לעבין, און איהר זאָלט אליין זעהען מיט פריידע דיא גוטע זאַכין ואָס איהר ועט טאָן.

איך בין זיכער אַז איהר גידיינקט זייער גוט ואָס איך האָב אייך גיוונשין, אז דער אייבערשטער ברוך הוא זאָל אייך העלפין קאָנען דאָס בריינגען אין דער וירקליכקאייט גאָר באלד.

וען איהר ועט שראַייבין אַייער ברודער ידידי ש"ב מר חיים שי', און דער שוועגערין ת', בעט איך גריסין אין מאַיין נאָמען, און איבער געבין, אַז דיא גאַנצע צאַייט שראַייב איך אין פטרסבורג, איבער דעם פראָפעסאָרס ר' א. הרכבי'ס שריפטין 1116 , און קאָן זעך ניט דער גיין קיין טאָלק, ויא איך ועל נור דער גיין עפעס ועל איך גלאַייך מיט טיילין.

איך ערואַרטע אייערע גוטע ידיעות.

ש"ב ידידו הדו"ש מכבדו ומברכו בכל טוב ובאריכות ימים.

א גרוס מר שלייען יחיו.

הערות

  1. 1113. אברהם שי' הכהן: אגרת נוספת אליו – לקמן 6153. וראה גם לעיל ח"ב אגרת שפז.
  2. 1114. פאדראבנע: בפרוטרוט.
  3. 1115. זאכין . . טאן: ראה לקמן שם (ובאגרת 6016) שהמדובר בבניית בנין עבור הישיבה, בווארשא או אטוואצק.
  4. 1116. א. הרכבי'ס שריפטין: ראה לעיל חי"ג אגרת ד'תרעא (ע' קי).

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.