ו'א
ו'א
ב"ה, נר ג' דחנוכה, תרפ"ט
אל כבוד מעלת ידידי בעל מדות טובות מר שלמה שי' ד"ר שפירא
שלום וברכה!
די ביטערע לאַגע פון אונזערע ברידער יחיו אין דער היים רוסלאַנד איז אייך בעווסט, דיא טאָג טעגליכע ביטערע פאַרקלאָגטע בריף, פון פיללע גוטע בעקאָנטע ואָס ליידין הונגער אין פאָללען זין פון דעם ביטערין ואָרט, רירט מיין האַרץ, און ליידער קאָן איך גאָר נישט העלפין אין אַ אַלגעמיינער אַרבעט.
מיט דיא פאָר וערטער פון דעם בריף וענדע איך זעך צוא אייך מר שפירא אַלעס אַ פריואַט גיבעט פון אַ גוטין ראַט.
איך האָב אייגענע קרובים גישועסטער קינדער יחיו, ואָס זייער לאַגע איז ביטער שלעכט, אייניגע פון זייא אַרבעטין אייף האַנט מאַשינען, און אייניגע הייבין איצטער אָן ארבעטין, נור זייא מוזין האָבין נאַיע מאַשינען, געלט אייף דיא מאַשינען, ד.ה. דיא גיויסע סומעס אייף האַנד געלט און דיא ריכטיקע ערבות אייף דיא איבעריקע, האָב איך פאַר זייא היא אין אוייסלאַנד גיקראָגין, נור איך מוז יעצט קריגין אַז דאָס זאָאל קומען אין וירקליכקאַייט, און ויא מעגליך שנעלר, ואָרעם דיא לאַגע איז קאַטעסטראָפיש.
לעת עתה בעט איך פאַר 3 מענטשין, 1 אין דער שטעטיל 1107
Каменка, Подольск губ. М. Дулицкий
און 2 אין לענינגראַד 1108
Ш. Горинштейн 1) Дулицкий
דיא געלט אייף די זאַדאטקעס 1109 , און דיא איבעריקע זאכין פון ערבות, ועט גלאַייך אַרוייס גישיקט וערין אין דעם אָרט ואו נייטיג איז.
איך ווייס זייער גוט אַייער מאָראַלנעם אינטערעס העלפין אַ אידין, ערואַרט איך גלייך אייער גוטין ראַט און הילף, אייף בריינגען דיא כלי המחזיק ברכה בפרנסה טובה פאַר אַ פאָר פון אונזערע הונגעריקע ברידער יחיו.
בברכה הדו"ש ומכבדו.
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.