ה'תתמד
ה'תתמד
[ט"ז טבת תרפ"ח]
ב"ה
ענטפער אויף אייער בריף, דער גיזונד צוא שטאַנד פון אייער זאָהן שי' איז באַ אים אליין אין האַנד, ער איז פאָלקאָם גיזונד, ער דאַרף קיינע מידעצין ניט און דאַרף קיינע סאַנאַטריומס ניט, ער דאַרף נאָר מיט אַ אמת ועלען זיין ויא אַלע מענטשין, ניט טראַכטין ועגין פערשידענע טראַכטונגען ואָס ער טראַכט, לייענען ואָס ווינציקער און היטין זיך פון לייענען פרעכליכע שרייבער, עם איז נייטיק טאָן עפעס אַ פיזיזשיע אַרבעט, גיין אַפאָר שטונדין אייפין לופט פאהר דעם שלאָפין גיין, און ניט שפעטער ויא 11 אזייגער לייגין זיך שלאָפין, דיא ערשטע פאָר מאָהל וועט אים זיין שוער איינשלאָפין און נאָכדעם ועט זאַיין גרינג, נאָרמאַל אופשטיין מוז ער ניט שפעטער ויא 8 מאָרגינס. אייב ער ועט פאָלגין איז ער גיזונד, און דער אייבערשטער זאָהל אים צוא שיקין אַ רפואה שלמה.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.