ה'שמג

ה'שמג

[שושן פורים תש"ט]

געעהרטער הענרי מארגענטוי, נאציאנאלער טשערמאן יונייטעד דזשואיש אפיעל, ניו יארק

מיין חשוב'ער מר מארגענטוי,

אין נאמען פון אגודת חסידי חב"ד פון די פאר[א]ייניגטע שטאאטען און קענעדא, פון וועלכע איך האב די עהרע צו זיין פרעזידענט, וויל איך פארלייגען דעם פאלגענדען מעמאראנדום פאר [א]ייך.

פילע פון אונזערע חב"ד פליכטלינגע שטראמען יעצט קיין מדינת ישראל פון די די. פי. קעמפס און אנדערע פלעצער אין אייראפע. די מדינת ישראל איז זייער אינטעריסירט אין די לאגע פון דיזע אומגליקליכע אידישע פליטים און ווינשט צו זעהן זיי באזעצט אין א ספעציעלען חב"ד קאלאניע (מושבת חב"ד מיוחדת) אין ארץ ישראל וועלכע די רעגירונג וועט העלפען ארגאניזירען ספעציאל פאר זיי, לויט א מודעה וואס מיר האבען ערהאלטען פון דעם געעהרטען זלמן רובאשאוו, בילדונגס-מיניסטער אין רעגירונג פון ישראל.

כדי דורכצופירען דיזען פרויעקט איז די רעגירונג פון ישראל גרייט צו געבען צו דיזע חב"ד קאלאניסטען דעם באדען פאר דיזע קאלאניע, און אויך צו באוויליגען זיי העלפט פון זייער נייטיגען בודזשעט וועלכע פאדערט זיך פאר באזעצען איין הונדער[ט] (100) אזעלכע חב"ד פאמיליעס אין דיזען קאלאניע. צוויי טויזענד ישראל פונטען (2000&

156;) פאדערט זיך צו באזעצען און איינארדענען יעדען פאמילע אף די ערד פון דער קאלאניע. די ישראל רעגירונג איז גרויט צו געבען איין טויזענד ישראל פונטען (1000&

156;) אין משך פון דריי יאהר פאר יעדען פאמיליע, בתנאי דאס מיר זאלען ביישטייערען די אנדערע טויזענד ישראל פונטען פאר יעדען פאמיליע, אדער מיר זאלען געבען, דאס הייסט, א סך הכל פון איין הונדערט טויזענד ישראל פונטען (100,000&

156;).

איך פיל אז איך דארף ניט אונטערשרייכען די גרויסע וויכטיגקייט און דרינגענדקייט פון דיזען ענין.

מיר שעצען געהעריג אפ די גרויסע ארבייט פון די יונייטעד דזשואיש אפיעל, און ווינשען אייך פולע הצלחה צו דערגרייכען דעם ציעל איהר האט זיך געשטעלט אין היי יאהריגען קאמפיין.

נעמענדיג אין אנבאטראכט דאס דיזע חב"ד פליטים זיינען א חומר מיוחד און זייער ווינשענסווערט אלס קאלאניסטן וועלכע וועלען זיין פון גרעסטען ווערט פאר די נייע מדינת ישראל, דאריבער האט די רעגירונג פון ישראל אויסגעדריקט איהר אינטערעס און גרייטקייט צו העלפען עטאבלירען אזא חב"ד קאלאניע ווי איך האב שוין אויבען דערמאנט.

מיר האבען יעצט די פראבלעמע פון שאפען דיזע נויטיגע סומע איין הונדערט טויזענד ישראל פונטען (100,000&

156;), און אזוי ווי מיר באזיצען דעם גרעסטען האכשאצונג און אנערקענונג פאר די וויכטיגקייט פון יונייטעד דזשואיש אפיעל און איהר הצלחה, ווילען מיר נישט טאהן קיין זאך וועלכע קען אין עפעס שטערען דעם פאר[א]ייניגטען אידישען אפיעל. לכן, ווילען מיר ניט מאכען קיין ספעציאלען אומנייטיגען אפיעל צו זאמלען די געלדער פאר אונזער פארגעשלאגענעם חב"ד קאלאניע.

ולכן, בעטן מיר אייך אזוי גוט זיין צו שעהנקען אייער העפליכע און נייטיגע אויפמערקזאמקייט צו אונזער מעמאראנדום און דאס די יונייטעד דזשואיש אפיעל זאל באוויליגען און געבען פאר דעם צוועק פון די דיזע חב"ד קאלאניע אין ישראל די סומע פון איין הונדערט טויזנט ישראל פונטען (100,000&

156;). פון די געלדער וועלכע ווערען געזאמעלט אין די פא[רא]ייניגטע שטאאטען ביי די יונייטעד דזשואיש אפיעל.

מיט אלע בעסטע ווינשונג און תורה גרוס,

אכטונגספאל.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.