ה'שלב

ה'שלב

ב"ה, כ"ו מנ"א תש"ח

ברוקלין

צו אלע אידן אין לאס אנגעלעס, מענער און פרויען,

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

עס האט מיר זייער געפרייט צו הערן אז ס'האט זיך אנגעהויבן בא אייך א באוועגונג צו בויען א נייע מקוה אין אייער שטאדט.

עס טוט מיר אבער לייד וואס, ווי מען אינפארמירט מיר, גייט צו די ארבעט צו לאנגזאם.

טהרת המשפחה איז א פראגע פון גייסטיקער, פיזישער און עקאנאמישער עקסיסטענץ און וואהלזיין ווי פון יחידים אזוי אויך פון דעם גאנצענעם ציבור.

קיינע שוועריגקייטן דארפן דאריבער ניט אפהאלטן פון בויען א מקוה בכלל אדער פארלאנגזאמען דעם אויפבוי פון דער מקוה.

יעדער איינציקער טאג וואס די מקוה קען פארטיק ווערן פריער איז פון דער גרעסטער באדייטונג.

יעדער מאן און יעדע פרוי דארף פילן די גרויסע אחריות פאר טהרת המשפחה אין זייער שטאדט, און דארפן מיט די גרעסטע אנשטריינגונגען מיטהעלפן דעם וואס שנעלערן אויפבוי פון דער מקוה.

השם יתברך זאל העלפן די עסקנים אין בויען די מקוה און אלעמען וועלכע העלפן זיי אין דעם און זאל מצליח זיין זיי און זייערע פאמיליעס שי' אין אלע[ם] וואס זיי דארפן בגשמיות וברוחניות.

המברכם.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.