ה'שכו

ה'שכו

ב"ה, י"ג אד"ש, תש"ח

ברוקלין

ידידי הרה"ג הנכבד והנעלה, וו"ח אי"א

מוה"ר שלמה זלמן שי'

שלום וברכה!

חונמה ונדידי לש ויתונבו וינב תודוא טרופמה ידידי בתכמ לע הנעמב... ע"ה ובני ביתם יחיו, הנה כללות מצבם מדאיב מאד, הן בהנוגע להם בעצמם ותולדותיהם, והן בהנוגע לאביהם המנוח ונתלכיב רשא לכ תא תושעל 'יתימאה ויבהוא ונילעו,ה"ע ונדידי - תי ותרזעב' - תודהיה קיז תא םהב ררועלו םברקל תיתימאה ותבוטל תיתודיסח תורסמתה ישגרבו הוצמהו הרותה יכרד פ"ע - יתודיסחה םגו - םבבל תדוקנ ךותב םלעה רחא םלעהב אצמנה - דער וועקן דעם חסידישן ירושה פונק וואס איז דא בהעלם אין זייערע הערצער.

בתורת החסידות מבואר בענין עבודת הלב והתעוררותו ע"פ משל מכוון מענין מציאת והבאת המים ממעינות תהום רבה הנמצאים בארץ, שהם מים חיים הנובעים תמיד בלי הפוגות יומם ולילה, בין בקיץ בין בחורף, וכל העבודה בזה היא רק לגלותם על ידי הסרת העפר והאבנים המכסים עליהם, וכשמגלים את המעין אז הנביעה בלתי פוסקת.

ירבעהו ירבעה' - השעת אלו השע תוצמ תרימשב םתגהנה לדבה ילב - הנה נקודת לבבם ערה היא באמת לאמיתתה, ואינה חסרה אלא הסרת האבנים צרורות ועפר המכסים על הנקודה.

והסרה זו באה באופנים שונים, אינו דומה הסרת כיסוי האבנים להסרת כיסוי הצרורות והסרת כיסוי העפר, כי כל כיסוי וכיסוי דורש עבודה מיוחדת להסרתו וגם סדר מסודר בדרך מהכבד אל הקל.

םינבאה יוסיכ תא עוקבל םיכירצ לכה תלחת - צושפאלטן די פארשטיינערטקייט און צוברעקלען לחלקים קטנים. הגם קליינע שטיינדלעך זיינען אויך הארט און שטארק, דאך איז שוין דער כיסוי ניט אזוי שטארק ווי גאנצע שטיינער, ווארום אין די שפאלטן, בין אבן לאבן, דרינגט אריין ליכטיקייט, וואס דאן איז שוין די בקיעת העצים וצרורות לייכטער לפי ערך די שוועריקייט אין בקיעת האבנים. און ווען מען איז שוין בוקע די עצים קומט מען צו צו עפר תיחוח, ווייכע ערד, וואס די ווייכקייט איז א הוראה אז דער מעין איז שוין נאהענט.

די זאך פון גילוי המעין איז ניט וואס די וואסער גייט מיט א שטורעם, ווי אין ירידת הגשם, נאר עס פליסט טיפין טיפין אבער עס איז מים חיים, וואס ניט נאר זיי זיינען מכבס דעם שמוץ נאר פרישן אויך אפ און באלעבן.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק הואיל לאמר בסעודת חגה"ש תרמ"ז אז א משל דארף מען פארשטיין אין שכל, דעם נמשל אבער דארף מען פילן אין הארצן, און דאס פארשטייט ניט א משכיל. מען קען פארשטיין א טיפן ענין אין חסידות אבער עס איז לא פגע ולא נגע. נאר א עובד וואס ליגט אין עבודה מיט זיך, איז אין דער התבוננות אין עניני עבודה פארן דאוונען און אין דער עבודה איבערגעגעבענקייט בשעתן דאוונען, קומט צו במשך הזמן צום אמת.

אויף צו זוכה זיין קומען צום אמת בכלל דארף מען האבן א מסודר'דיקע עבודה, טאן מיט זיך מיט א שטרענגער השגחה אויף יעדן שריט און טריט, מיט א שטרענגער און דורכדרינגלעכער בקורת.

אלטע חסידים בעלי עבודה פלעגן חזרן א ווארט וואס זיי האבן געהערט פון הוד כ"ק אדמו"ר האמצעי בשם הוד כ"ק אביו רבינו הזקן אז חסידות לערנט צו דערקענען דעם טוב פון א מעלה און דעם רע פון א חסרון, און די הבנה ברענגט צו א הרגש פנימי.

ןוצר ןופ םיפיקמ תוחכ יד ןיא ןדנובעגנא זיא שגרהו הגשה ינפוא עדייב יד וצ לסילש רעד - ןלעוו - גנוע ןוא - פארגעניגן. ווי מיר זעהען במוחש אז דאס וואס מען וויל האט מען פארגעניגן אין דעם אפילו ווען דאס איז ניט געשמאק לחיך הטועם אדער אפילו עס איז גאר דערווידער, און דער עונג אין א זאך וואס מען וויל מאכט א געשמאק אין רצון.

ד"בח תוגרד יירד יד ןיא טלייטעגנייא ןענייז עכלעוו שפנה תוחכ עלא יד - תעדו הניב המכח - ת"גח - תראפת הרובג דסח - ם"יהנ ןוא - נצח תוכלמ דוסי דוה -, זיינען באמת דרייפאכיקע, א) עשרה כחות הנפש פון נפש הבהמית וואס באלעבט דעם גוף מיט גאר קערפערליכע באגערן, ב) עשרה כחות הנפש פון דעם נפש השכלית וואס באלעבט די פעהיגקייטן פון פארשטאנד און איבערלעבונג אין אלע כחות, ג) עשרה כחות פון פארשטאנד און איבערלעבונג אין דעם אינערליכן געטליכן נפש וואס ווערט קיינמאל ניט פאר חשך'ט און פארגרעבט, אפילו פון די גרעבסטע קערפערליכע און אפיקורסישע פירונגען.

און דאס איז די ריכטיקע מאס און וואג מיט וועלכער מען בעדארף וועגן און מעסטן יעדער בן ובת ישראל, וואו און אין וואס פאר אן אופן ער איז נעבעך קראנק, און אויסגעפינען די ריכטיקע רפואה מיטלען צו קורירן, מיט דער האפנונג להשי"ת אז ער זאל אים געבען א דעה ורצון צו דערקענען און וועלן דעם אמת.

דער מדריך און מעורר בעדארף זיך אליין מעורר זיין אין א רגש פון תשובה און א התעוררות פנימית מיט א טיפער בקשה להשי"ת מיט התעוררות רחמים על עצמו אז ער זאל זוכה זיין צו א התעוררות שמימית, בא אים זאל מאיר זיין די נקודת לבב, בכדי זיינע דברי התעוררות זאלן פועל זיין.

ידידו הדו"ש.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.