ה'שו

ה'שו

ב"ה, א' כ"ג אדר ראשון תש"ג

ברוקלין, נ.י.

ידידי יקירי רמ"ד שי'

שלום וברכה!

דיין בריף פון ה' ויחי ט"ז טבת האב איך ערהאלטן. עס איז בא מיר ווירקליך געווען א פארגיניגן צו הערן פון דיר און לייענען דיין אויספיהרליכן שרייבן, ווייל דאס איז דיין ערשטער בריף פון זינד דו ביסט ארויס פון דיין הויז. פאר דער צייט האב איך געהאט אונזיכערע ידיעות פון דיר, האב געבעטן ג-ט פאר דיר, און האב געטאן פיל צו פארלייכטערן דיין לאגע.

וואס דו פרעגסט וואס טוט זיך בא אונז. עס איז מיר געלונגען צו איינארדנען א גרויסע שולע אין ברוקלין בא צוויי הונדערט תלמידים אויף מיין סיסטעם, און מיט קלענערע אפטיילונגען אין וואסטער, נוארק, ניו דזשערסי, פיטסלאערטנאמ ןיא עלוש עסיורג א ןוא,גרוב - ייאכנאש ךרוד קצאווטא ןופ ענעמוקעג םידימלת 9 עניימ ךרוד,הדנק - עס זיינען פארבליבן דארט נאך ביי 30 תלמידים, וועלכע האבן ניט באוויזען צו קומען אין צייט און דאס איז מיין איינציגע טרייסט פארלויפיג.

מיין עלטער[ער] איידים איז זייער ענערגיש איבערגעגעבן צו דער ארבעט צו אויסהאלטן די שולעס, און ער איז מצליח אין דעם, הגם עס קומט אן ניט גרינג, ווייל די אויסגאבן זיינען זייער גרויס. מיין אייניקל לערנט זיך גוט. זיי וואהנען מיט מיר אין דער זעלבער הויז.

מיין מיטעלער איידעם מיט מיין טאכטער זיינען געקומען צו מיר, אין מיטן זומער תש"א, און ער טוט אויך זייער גוטע ארבעט אויפן געביט פון חינוך פאר תלמוד תורה קינדער צוזאמען מיט חיים מרדכי אויך מיט די נויטיגע ביכער און מאנאטליכע זשורנאלן אויסגאבען און אנדערע תורה ויר"ש טעטיגקייטן, און איז מיר א גרויסער הילף אין מיין ארבעט.

מיין אינגסטער איידים מיט דער טאכטער זיינען פארבליבן אין אטוואצק און ג-ט זאל זיי היטן און באשיצן.

מיין פרוי איז ג-ט דאנק געזונד און פארנעמט זיך אין דער ווירטשאפט.

מיין געזונד איז ניט אמבעסטן. מיין פריינד ד"ר ווילדער פון וויען בעזוכט מיך פון צייט צו צייט, אבער דאך מיין ארבעט טו איך ווי אלעמאל, אונאונטערבראכן, און מיין פריינד חיים העלפט מיר ארויס אין דעם ווי אלעמאל. נאר קיין גרויס נחת פון דער ארומיגער סביבה האב איך ניט. נאך אלע מעלות, זיינען זיי ניט לויט מיין געשמאק און געוואהנהייט.

פון מיינע טייערע פריינד ווייס איך גארניט. עס ווייזט אויס אז זיי האבן ניט דעם אדרעס. איך וואלט אייך זייער בעטין אויב איהר ווייסט אדער טרעפט זיך מיט זיי בעט זיי [זיי] זאלן שרייבין. עס האבן מיר אויך געבעטן מיינע פריינד וועלכע איך שרייב זייערע אדרעסין צו אויפזוכן זייערע קרובים און זאלן זיי העלפין איינער די אנדערע צו אויסגעפינען זיך און שרייבין בריף.

און דא רעכין איך אויס אייניגע וואס איך געדיינק:

ישראל דזייקאבסאן 190 Grafton Str. ברוקלין זוכט זיינע קרובים חאטשען, מאטע דעם שוחט מיט דער פאמיליע, אברהם אלי'ן, מיט דער פאמיליע.

אלי' סימפסאן 1546 - 46 Str. ברוקלין זוכט זיינע קרובים, שמעון בלינער, איטשע מתמיד, רפאל נעוולער.

משה ליב ראדשטיין 3812 W. 13 Str. Chicago Ill זוכט זיין פריינד סקאבלאה. יעקב הורוויץ, ישראל מגידסאן, אלי' חיים'ן און מענדיל ז"ק פון מערקיל גאס.

בעריל חאסקינד 753 Eastern Parkway ברוקלין זוכט זיינע בעקאנטע, אביגדור'ן זלמן יצחק'ס ברודער און זאנבל'ן מיט זיין פרוי, חאטשען דאנקרע און רפאל'ס איידעם. זאלן זיי לאזן וויסן פון זיך צו זיי אדער צו די אדרעסין פון די קאמיטעטין.

דא הערט מען גרוסן אז די סאוועטישע רעגירונג גיט גרויסע מעגליכקייטן צו זיין גוטע אידען, איז דאך מסתמא פראן שוהלעס פאר דעם. אפשר זיינען פראן אויך אונזערע שוהלעס. איך וואלט געווען צופרידען צו הערען פון דעם און צי אינטערעסירט ווער מיט דעם.

ווי איז די וועג פון אייך צו מיינע פריינד חיים יוסף ראזענבליום און משק'ה און שמערקע זיין ברודער קען מען לייכט באקומען א פראפוסק און א פלאץ. שרייבט זיך דורך מיט זיי. איך וועל זיי בעטין העלפין אייך. איהר קאנט בעטין מיינע מעמד פריינד, זאלן אייך געבין מיינע געלט ווען זיי האבין, און קאנט פארנוצען פאר זיך וויפיל איהר דארפט, און העלפין אויך אנדערע אויב עס וועט בלייבין אויך פאר זיי. און טרייט אויסגעפינען אייער פאמיליע. איך האב ליידער פון זיי ניט געהערט. מסתמא האבן זיי נישט מיין אדרעס.

איך דאנק אייך פאר אייער שרייבין און בעט צו שרייבין אפטער און מער, און וועל בעזה"י טאן פאר אייך וואס איך וועל קאנען, און ער זאל מצליח זיין.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.