ה'ש
ה'ש
ב"ה, ה' ניסן, תש"א
ברוקלין
ידידי הנכבד מר י. שי' זענדער
שלום וברכה!
אייער בריעף פון ז' אדר האב איך מיט א פארשפעטיגונג ערהאלטען. צו שיקען פסח פאקעטען איז שוין געווען צו שפעט האב איך גןעטעקאפ ייווצ וצ להאמ 2 ןעקיש וצ טנעדראע - ןעטעקאפ 4 לכה ךס ןיא - לויט דער בייגעלעגטער רשימה. יעדער פאקעט קאסט 13.75$ און 4 פאקעטען האבען געקאסט 55 דאללאר. 20 דאללאר האב איך איבערגעגעבן פאר "לחם לרעבים בגעהטע" און די איבערגעבליבענע 25 דאללאר האב איך איבער[ג]עגעבען אין באנק אויף אייער רעכנונג. און אלעס צוזאמען מאכט אויס 100 דאללאר.
איך בין אייך דאנקבאר פאר דער ידיעה פון ידידי גיסו ד"ר א. שי' זעליקסאהן און ווארט אויף אייער צווייטען שרייבען. איך וואלט אויך וועלן וויסען ווי גייט די קינדער אין ארץ ישראל, וואו זיינען זיי, ביטטע שרייבט.
איך בעט זייער שרייבען די שוויגער עלטערען יחיו, און איבער געבען זיי מיינע בעסטע וואונשען. איך בין ניט זיכער אז זיי ערהאלטען מיין שרייבען.
שרייבט ווי גייט עס אייך, האט איר זיך שוין איינגעארדענט מיט א געשעפט האט איר שוין באקאנטע. השי"ת זאל באגליקען אייך מיט אייער פרוי אין אלעס וואס איר האט נויטיג.
הדו"ש ומברכו
יוסף יצחק.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.