ה'רפ

ה'רפ

ב"ה, ה' אייר, ת"ש

לייקוואוד

אל הנכבד מר באלטין שי'

פרעזידענט דער יוגענד ארגאניזאציע

שלום וברכה!

ווען איר מיט אייער פאטער שי' זייט בא מיר געווען האט איר מיר דערציילט וועגען אייער יוגענד ארגאניזאציע "ארטהאדאקס דזשואיש ליעג".

עס האט מיך זייער געפרעהט צו הערען אז דער יוגענד האט א מאראלישען אינטערעס פאר ארטהאדאקסישע געפיהלען, און איך האב ארויסגעזאגט מיין מיינונג ווי אזוי די ארגאניזאציעס דארפען און קענען האבען מער מעמבערס.

איך וואלט וועלען מער בעקאנט ווערען מיט דער ארימ ןעביירש ןייז טוג יוזא טעב ךיא ןוא עיצאזינאגרא רעייא ןופ גנוריפנ - שיאערבעה רעדא שילגנע שידיא,רעטכייל זיא ךייא ךארפש רעכלעוו ןיא ןעביירש טנעק ריא - אויספירליכער, וויפעל מעמבערס אייער ארגאניזאציע ציילט, וויפיעל דאמען און פריילענס, אין וועלכען עלטער, וואס איז דער לערן-פראגראם און ווען, וואס איז דער שבת פראגראם און ווי איז בא אייך דורך דער יום טוב פראגראם, וואס איז אייער בודזשעט און ווי ווערט ער געדעקט.

םיבושי עשידיא עכלעוו ןעסיוו וצ טריסערעטניא ךימ - ךעלטעטש - זיינען נאהענט צו אייער שטאט, אז זייער יוגענט אראגאניזאציע זאל קענען עפענען דארט אירע ברענטשעס.

מיט די בעסטע וואונשען צו די מעמבערס און די אנפיהרער.

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.