ה'רסט
ה'רסט
ב"ה, ט' ניסן, ת"ש
לייקוואוד
ידידי וו"ח אי"א מו"ה פנחס שי'
שלום וברכה!
געוויס האט איר ערהאלטען מיין טעלעגראם און איך וואלט זייער וועלען וויסען וואס איר מאכט און בעזאנדערס אייער פרוי. השי"ת זאל איהר צושיקען א רפואה שלמה בקרוב, און שטארקין אייער גיזונד, און געבין אייך אייער פרנסה בהרחבה.
איך ווייס אלעס וואס איר האט געטאן פון אונזערט וועגען. איך האף צו הערען פון אייך אויספיהרליך איבער אגודת חב"ד. און השי"ת זאל אייך העלפען אין אלעס וואס איר נויטיגט זיך אין גשמיות און אין רוחניות.
ידידו הדו"ש ומברכו.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.