213
ער ית' האט בעשאפין עולמות ונבראים הוא כלא חשיבי, איז במילא משתחוים רווחים אין דעם דער הער פון למעלה מן הטבע, ואס יעמולט איז בדרך ממילא הערט זעך די אמיתית הכוונה פון דער התהוות פון עוה"ז אז דער אדם זאל אויספירן דיא כוונה העליונה שנתאוה הקב"ה להיות לו ית' דירה בתחתונים, איז אז א איד גייט אוועק פון ירושלים און קמט צוא זיך אהיים מיט דעם הרגש און גישמאק אז כולא קמי' כלא חשיבי, איז יעמולט אלע ענינים הגשמיים זעהען אויס ליכטיקער און ריינער, דער לבוש הטבע פאר דעקט ניט אזיי פיל, און ער דער הערט אין יעדער זאך דעם כח האלקי און די כוונה האלקית.
ו) והנה כל זה הוא בזמן שבית המקדש קיים, וישראל בשלוה והשקט אבל בזמן הגלות שהוא זמן החשך בכלל, דכשם שבזמן קיום המקדש הוא זמן האור והגילוי, עס האט מאיר גיוען גילוי אור אין עולם בכלל ובישראל בפרט, וכללות ישראל היו במעלת ומדריגות החשיבות, אידן זיינען גיווען א דבר חשוב הנה כמו"כ בזמן הגלות הוא זמן החשך, ולכן זמן הגלות נקרא בשם לילה, דער טעם הדבר איז וויילע דער כללות הזמן פון גלות איז א זמן פון העלמות והסתרים, דערפאר איז יעמולט הערט זעך מערער דיא גשמיות און חומריות פון עולם, איז דער פירוש פון דעם ענין אזיי, דער עצם מציאות פון עולם איז דאך אין אלע צייטן גלייך, מרגע ראשונה שברא הקב"ה את העולם והנבראים הרי המציאם מאין ליש גמור מורכבים מד' יסודות ארמ"ע גשמיים, איז דאך דיא מציאות פון עולם און פון נבראים שוה בכל עת ובכל זמן, איז אין ואס איז פארט דער הפרש פון זמן הבית לזמן הגלות, נאר דער ענין פון דעם איז אזיי, דאס איז טאקע אמת אז דער מציאות פון עולם איז אלע מאל גלייך אבער אין עולם איז פראן שני פירושים, עולם זמן ועולם העלם, הנה בזמן המקדש שהאלקות האיר בגילוי און מ"מ האט זעך יעמולט אייך גיהערט עולם, אבער עס האט זעך גיהערט אז עולם איז זמן, דער פירוש איז אז יעדערער האט גיפילט אז דאס איז מער ניט ויא א צייט ווייליקע זאך, אבער אין זמן הגלות הערט זעך דער העלם פון עולם, דאס הייסט דיא אלע ענינים הטבעיים זיינען זייער גראב, און דער פאר איז אייף יעדער גוטע זאך, ואס מיא ויל טאן, איז פראן א ריבוי מניעות ועיכובים, אין זמן הגלות אז אלקות איז מוסתר ונעלם, און כלל ישראל שטייען אין א שפלות כאמור עבדים משלו בנו, ובפרט בגלות המר שרבו ר"ל מחללי ומחרפי ומגדפי שם שמים, וכל מי שעוסק בתורה ועבודה רודפים אותו בכל מיני רדיפות ומבזים אותו בכל מיני בזיון ודוחקים ולוחצים אותו, און בכללות דיא
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.