211

מאיר גיוען אלקות בגילוי, עס האט דאך געלויכטין געטליכקייט, אז יעדערער האט גיזעהען אלקות במוחש, דאס הייסט טבע הנק' נאטור האט גאר ניט תופס מקום גיוען, עס האט גאר ניט פאר נומען קיין ארט כלל, למשל אז עס איז געקומען דיא צייט פון שלש רגלים און מיא האט גידארפט גיין אין ירושלים תובב"א עולה לרגל זיין איז אייף דערוף ניט גיוען קיין מניעות כלל, והולך האיש ובני ביתו לירושלים, ומניח את ביתו פתוחה באין שומר, ואינו מהרהר בזה כלל, ער טראכט גאר ועגין דעם ניט, עס פאר נעמט בא אים גאר קיין ארט ניט, איז דאך דאס ואס עס פאר נעמט בא אים קיין ארט ניט, איז דאך דאס ניט העדר תפיסת מקום מפני הביטול וויילע דיא שטוב מיט אלע זאכין ואס בא עם איז פאראן בעטרעפט בא אים ניט, הרי אין הענין כן, עס בעטרעפט בא אים, אדרבא עפ"י התורה דארף כל עניני ההון ורכוש הגשמי פאר נעמען א ארט און מיא דארף גאר ניט דעם מייקר זיין, ויא עס שטייט אין ספרים אז השי"ת גיט א מענטשין עושר דארף ער דאס זייער מחבב זיין, דאס איז דאך א מתנה ואס דורך דעם קאהן דער מענטש צוא קומען צוא זייער גרייסע זאכין אין החזקת התורה וקיום המצות בהידור ואהבת ישראל, איז דאך עניני ההון הרכוש א מתנת אלקים און דאס דארף זיין טייער, און מכל מקום בעת מיא האט גידארפט גיין אין ירושלים תובב"א האט מען אלץ גילאזין און אוועק גיגיינגען, וויילע אין ירושלים תובב"א גיין עולה לרגל זאיין מוז מען דאך, דאס איז גיוען ריין קלאר מיט א גיויסקייט, אז דאס ואס עס בלייבט דיא שטוב מיט אלע זאכין, וער ועט זיי היטין, איז די פשיטות האמונה גיוען בא יעדערין אז דאס איז דאך א מתנת אלקים, איז השי"ת ואס האט גיגעבין דיא מתנה, דער ועט דאס היטין, און אז עס איז אזיי גיוען בפועל ממש, איז דאס ניט גיוען קיין מופת, און קיין חידוש, דאס איז גיוען א גיוויינליכע זאך, אזיי דארף זיין, מיא האט גאר מכח דעם ניט גירעט, וויילע טבע האט ניט פאר נומען קיין ארט, איז במילא אזיי, אז טבע פאר נעמט ניט קיין ארט, איז יעמולט למעלה מן הטבע קיין חידוש ניט.

ד) אלע ווייסין אז הקב"ה ברא את העולמות ע"פ מאמר קו המדה, דאס איז דער גילוי אור הקו ואס איז נמשך פון דעם אוא"ס ב"ה שלפני הצמצום, ואס דער קו הנמשך מאוא"ס ב"ה שלפני הצמצום איז מודד מדידת העולמות פון ד' עולמות אבי"ע, און מדידת האורות והכלים בכל עולם ועולם, ואופני עניני העבודה בכל דור ודור, דאס הייסט אז כל אופני העבודה דתומ"צ והנהגת בנ"א אין אלע זמנים פון שית אלפי שני, אין אלע מקומות פון כדור הארץ איז דאס אלץ עפ"י מאמר קו המדה, נאר אין דעם גופא איז פאראן א בחירה חפשית אז יעדערער קאן זיין ויא ער ויל, אבער עפ"י מאמר קו המדה איז מוגבל אז דער זמן איז דער זמן פון קיום המקדש, און דער זמן איז דער זמן פון גלות, וויילע כללות התהוות העולמות

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.