210
ב) וביאור הענין הוא, עס שטייט אין בחיי אז קרבנות איז קירוב הכחות ושמותיו של הקב"ה שהו"ע היחוד, דאס הייסט דער דערהער ויא הוא ית' איז הוא לבדו הוא ואין זולתו, און דאס וואס הוא יתברך האט בעשאפין עולמות ונבראים איז דאס כלא חשיבי ממש, און אלץ איז פארייניגט מיט אלקות, וויילע דער אמת איז דאך, אז אלע עולמות און נבראים איז דאס ער ב"ה אליין, וארום חוץ עם ית' איז דאך ניט פאראן קיין שום מציאות, און יעדער מציאות איז אלקות ממש, און דאס איז דער ענין הקרבנות אייף צוא דער הערין דעם אמת פון הוא לבדו הוא ואין זולתו, און דאס איז דער תכלית פון דעם ואס א נשמה קומט אראפ למטה אין דעם עולם הזה ואס דער עולם זעהט זעך אן פאר א גשמי וחומרי און איז פול מיט פליישיקע פערגיניגנס, והנשמה מתלבשת בגוף ונפש הטבעי, און אין דעם גשמיותדיקין עולם זאל דער מענטש ואס האט א יצה"ר און א גישמאק אין ועלט מיט איהרע אללע פליישיקע זאכין, צוא קומען צום אמת פון אין עוד מלבדו, אז אלץ איז אלקות, און אז אט אזיי איז דער רצון העליון, אז הוא ית' ועט בעשאפין א גשמיותדיקע ועלט מיט חומריותדיקע תענוגים און ועט אראפ לאזין א נשמה אין א גוף גשמי מיט א יצה"ר, און אט דער מענטש זאהל לערנען תורה מקיים זיין מצות, און האבין שונאים און מנגדים ואס זאלין אים שטערין פון זיין ארבעט, און דער בורא ב"ה האט גיגעבין כחות דיא נשמה זאל זעך קאנען שטארקין אייף אלע מנגדים און מאכין דיא חומריותדיקע ועלט פאר א דירה טהורה לממ"ה הקב"ה וכמאמר נתאוה הקב"ה להיות לו ית' דירה בתחתונים, איז פאר ואס נתאוה כו' וייסין מיר ניט, אבער דאס ווייסין מיר אז דער רצון העליון ית' איז אז תחתונים דאס הייסט העולם הזה והנבראים שלמטה זאהלין זיין א דירה לו ית' און עשיית הדירה דאס האט דער אייבערשטער ב"ה גיגעבין בכח האדם למטה אז ער זאהל קאנען מאכין את העוה"ז הלזו הגשמי פאר א דירה לו ית', איז בכדי אז דער אדם זאהל מאכין דיא דירה לו ית' דארף ער אליין וערין נעהענטער צוא אלקות, וכמ"ש וגם את העולם נתן בלבו, אז דער מצב פון דעם עוה"ז אין תורה ועבודה איז דאס תלוי בלבו של אדם, אז דורך דעם ואס דער אדם איז לבו ברשותו, אייף ניט ועלין ואס מיא דארף ניט, און עס איז מוח שליט על הלב אייף צו טאן בפועל ממש דיא גוטע זאכין, יעמולט וערט דיא ועלט איידעלער און מיא דער הערט דעם אמת הוי' בעולם.
ג) והנה בזמן הגלות בכלל, הרי עבודה בקושי גדול ובריבוי העלמות והסתרים, דאינו דומה כלל לכמו שהוא בזמן שבית המקדש קיים בזמן הבית האט
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.