תקצא
זיין עשירות און הן זיין חאַראַקטער זאָגט שלמה המלך אַז ועשיר יענה עזותאָ10, אָבער די עשירות מיט דער העזה בעדאַרף שטימען, פאַראַן אַזעלכע וואָס די העזה איז מעהר ווי די עשירות11.
הצלת בנ"י מהפוגרומים
אין יאָר תר"מ-תרמ"א ווען עס זיינען פאָרגעקומען די פאָגראָמען אויף אידן אין רוסלאַנד האָט הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש געזאָגט: ווען מען וואָלט מיר געפאָלגט וואָלט מען אַ סך אידישע בלוט פאַרשפּאָרט.
הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש האָט אַמאָל געזאָגט צו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק: איך האָב זיי — צו די פאָרשטייער פון די רוסישע ממשלה — געוואָלט זאָגן אַז אויב ניט, ד. ה. אויב זיי וועלן ניט פאַרבעסערן זייער באַציאונג צו די אידן, פאָר איך אַוועק אין ארץ ישראל און נעם מיט הונדערט טויזנט אידישע פאַמיליעס און איך וואָלט דאָס דורכגעפירט, נאָר דאַמאָלסט איז געווען ענין ”בילו" און איך האָב ניט געוואָלט מוסיף תוקף זיין, און הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש האָט מסיים געווען: ווען ביי זיי וואָלט געווען דער ”באור ה'"12 וואָלט איך אויך געפאָרן13.
אודות הרה"ח ר' יקותיאל ליעפלער
הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש האָט געזאָגט בסעודת חגה"ש תרמ"א: פאַר אַן אמת באַצאָלט מען טייער. ווי עס איז ידוע די מעשה פון החסיד ר' יקותיאל ליעפּליער14, וואָס איז געווען פריער אַ איש פּשוט. הערענדיג אַמאל אַ תורה פון הוד כ"ק רבינו הזקן וועגן חלל הימני און חלל השמאלי, איז ער אַרויפגעקראָכן צום פענסטער פון אויבערשטיבל וואו הוד כ"ק רבנו הזקן האָט זיך געפונען און אַ געשריי געטאָן: רבי, האַקט מיר אָפּ דעם לינקן זייט, איך קען זיך מיט אים ניט ”איספּראַווען" — אַן עצה געבן.
האָט אים הוד כ"ק רבנו הזקן געענטפערט: ואתה מחי' את כולם15 כתיב, איז מיט די ווערטער האָט אים הוד כ"ק רבנו הזקן אַריינגעשיינט ראיית אלקות, אַזוי ווי ראי' גשמיות. נאָכדעם, אַז החסיד ר' יקותיאל פלעגט גיין אין גאַס פלעגט אים
הערות
- 10. משלי יח, כג.
- 11. ספר השיחות תרצ"ו ע' 31-30.
- 12. חברי ”בילו" קראו א"ע כן בר"ת מהפסוק (ישעי' ב, ה) ”בית יעקב לכו ונלכה".
- 13. ספר השיחות תש"ה ע' 33-32. ספר התולדות שם ע' 78. ראה גם לקמן ע' תקצג.
- 14. אודותו ספה"ש תש"ז ע' 84 ובהערות שם [ושם נדפס: אג"ק . . ח"ב ע' קיב. וצ"ל: ח"ג. וראה גם ח"ב ע' שטו]. אגרות קודש מאת כ"ק אדמו"ר מהוריי"צ חלק יא ע' כח. היום יום ח חשון. א כסלו. כפר חב"ד גליון 1085 ע' 18.
- 15. נחמי' ט, ו.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.