תקג

ג) ובגמ' פסחים דנ"ו ע"א אמרז"ל שהשיבו לו כשם שאין בלבך אלא אחד כך אין בלבנו אלא אחד, וכ"ה במד"ר פ' ויחי. ולכאו' צ"ל אין פלוג איז דאש א גרוישער אויף הייב פון דיא שבטי' ואש זייא האבין גיזאגט כשם שאין בלבך אלא אחד כך אין בלבנו אלא אחד, און ווידער וויא אזויא איז דאש גלייך הלא האבות הן הן המרכבה היינו בחי' מרכבתא עילאה ואין קורין אבות אלא שלשה, והשבטי' הגם זייא זאיינען אויך גיוועזין א מרכבה אבער זייא זאיינען גיוועזין בחי' מרכבתא תתאה, דאש איז די מרכבה ואש איז פון שנים עשר בקר והים עליהם מלמעלה איז דאש דיא מרכבה פון בריאה, און דיא אבות זאיינען גיוועזין מרכבה פון אצי' וכנ"ל, האיינט וויא אזוי האבין זייא זעך פאר גלאייכט און האבין גיזאגט שמע ישראל היינו יעקב שנק' ישראל, הוי' אלקינו ה' אחד כשם שאין בלבך אלא אחד כך אין בלבנו אלא אחד וויא אזוי איז דאש גלייך.

נאר באמת, ניט זייא האבין גימיינט אז זייא זאיינען גלייך צוא דיא אבות, זייא האבין גיוושט גאנץ גוט זייער מדריגה, היינו אז זייא זאיינען מרכבה פון בריאה און דיא אבות זאיינען מרכבה פון אצי', נאר פון דעשטוועגין דער מכוון איז אלץ איינש, דער חילוק איז מער נישט אין דיא התבוננות און אין דער השגה אין אלקות, אבער באמת איז אלץ איינש. והענין הוא, דיא התבוננות פון דיא אבות היינו אז זייא האבין פארשטאנען וויא קמי' איז כלא חשיב, היינו לגבי אלקותו ית' איז כלא חשיב אפי' אלע אובערשטע זאכין, און עש איז ניטא נאייערט אלקות, און אלע זאכין זאיינען בטל בתכלית עש איז גאר קאיין מציאות ניט, און זייא זאיינען גיוועזין א מרכבה, היינו אזויא וויא א מרכבה איז בטל לגבי הרוכב אזוי זאיינען די אבות בטל גיוועזין צוא אלקות, און בא דיא שבטי' ואש זייא זאיינען גיוועזין מרכבתא תתאה, היינו שהוא בחי' ביטול היש לאין, וארום זייא זאיינען משיג דיא בחי' פון דעת תחתון ואש דיא בריאה איז יש מאין, דהיינו אלע זאכין ואש אף דער וועלט גם דער גאנצער עולם איז גיווארין מאין, ווארום עש איז ניט מושג פון וואנען דאש איז גיווארין לכן רופט מען דאש מאין כלומר עס איז ניט מושג פון וואנען, ולכן זאיינען זייא בבחי' ביטול היש לאין לבד. אבער דער אמת אז דאש ואש איז מסתיר איז אויך אלקות וכמ"ש אכן אתה אל מסתתר היינו דיא בחי' ואש מאכט דעם העלם והסתר איז אויך אלקות, נמצא ואש מאכט אויש ציא דאש איז גילוי אדער הסתר, דאש איז דאך מער נישט רק לגבי המקבל, אבער באמת איז דאש ביידע גלייך שכשם וויא דער

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.