תקב

גיזאגט שמא משאני נפטר מן העולם אתם משתחוי' לאלק' אחר, פי' ניט ח"ו עבודה זרה, אבער טאמער מחמת עש וועט נפסק ווערין דיא המשכה פון אלקות וועט ניט נמשך ווערין דער ביטול אין אוטלעכער נשמה קען מען אן נעמען א השגה אין אלקות באופן אחר ח"ו, ניט אזויא דער ביטול וויא דער ביטול ואש עש ווערט נמשך דורך דער מרכבה פון דיא אבות, וזהו אתם משתחווים לאלקה אחר ענין השתחוואה הוא הביטול כנודע, ונמצא פי' משתחווי' לאלקה אחר היינו ההשגה באופן אחר כו'.

ב) וזהו שאמר האספו ואגידה לכם, פי' ואגידה הוא לשון דיבור, וארום דיא דרייא לשונות דיבור ואמירה והגדה זאיינען אלע לשון דיבור, רק דיבור הוא לשון קשה כמ"ש דבר האיש אדוני הארץ אתנו קשות, ואמירה היא לשון רכה כמארז"ל ע"פ כה תאמר לבית יעקב, והגדה פי' בזהר שהוא מילי דחכמתא היינו אז מי רעט א דבר שכל ווערט דעמאלט אן גירופין דער דיבור בשם הגדה, אט דאש האט ער זייא גיזאגט האספו ואגידה לכם אז אין דער צאייט ואש דיא מרכבה פון דיא אבות וועט ניט זאיין, זאל פון דעשטוועגין נמשך ווערין המשכות אלקות אין נש"י אריין, און דאש איז מרומז אין דעם ווארט ואגידה, דער וא"ו איז א קו היינו א המשכה ואש עש ווערט נמשך מלמעלה למטה, ובראשו איז א יו"ד דאש ואייזט אף דעם מקור פון וואנען דאש ווערט נמשך. אין כלליות איז דאש דער קו ואש עש ווערט נמשך מא"ס, נאר בראשו איז א יו"ד ווארום פריער איז גיוועזין א צמצום דער אל"ף וואייזט אף אנכי היינו בחי' אנכי מי שאנכי, גימ"ל דלי"ת זאגט דיא גמרא אין שבת, מ"ש גימ"ל דלי"ת גמול דלים, און לגבי הקב"ה ווערין אן גירופין אפי' עולמות עליונים בשם דלים ושפלים, נמצא איז דיא גאנצע המשכה ואש עש ווערט נמשך אין עולמות ווערט אן גירופין בשם גמול דלים, און דיא השפעה ואש עש ווערט נמשך פון גימ"ל אין דלי"ת איז א יו"ד כנודע. און אז דער יו"ד ווערט נמשך פון גימל אין דלי"ת ווערט דענשמאהל פון דלי"ת א ה"א. ווארום דיא תמונה פון א אות ה"א איז א דלי"ת מיט א יו"ד, וכנודע אז בחי' מל' איידער עש ווערט נמשך א המשכה פון ז"א ווערט דאש אן גירופין בשם דלי"ת לשון דל, ולאחר ההמשכה ווערט אן גירופין בשם ה"א. נמצא האט זייא יעקב מוסר גיוועזין דעם סוד פון דער המשכה ואש עש ווערט נמשך המשכת אלקות אין עולמות אריין בכדי זייא זאלין ווישין און פארשטיין דעם ענין והמשכת אלקותו ית'.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.