תק
מהיכן זכו ישראל לק"ש - אידיש
בס"ד.
מהיכן זכו ישראל לק"ש, בשעה שנפטר יעקב מן העולם אמר להם שמא משאני נפטר מן העולם אתם משתחוי' לאלק' אחר, שנאמר הקבצו ושמעו בני יעקב ושמעו אל ישראל אביכם, אל ישראל אביכם שבשמי', אמרו לו שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד. וצ"ל ק"ש איז א מצוה בתורה אזוי ויא אלע מצות, וארום פרעגט ער מהיכן זכו ישראל לק"ש. וגם דארף מען פארשטיין וויא אזוי האט זייא יעקב אזוי ואייט חושד גיוועזין אז ער וועט נפטר ווערין וועלין זייא דינען עבודה זרה ח"ו.
אך הענין הוא דהנה ארז"ל כל הכועס כאילו עובד עבודה זרה. וצ"ל הלא כעס איז זייער ואייט פון עבודה זרה ואש דאש איז פון עבירות ואש זאיינען זייער הארב, היינט וויא אזוי איז גלאייך כעס, ואש דאש איז א הנהגה טובה מיא זאל ניט אין כעס זאיין, און מיא איז אין כעס איז דאש גלאייך ויא עבודה זרה. אך באמת איז דער תירוץ אף דערוף, כעס אין א העכערין עולם איז אזוי פוגם וויא עבודה זרה אין דעם עולם, כלומר ואיילע אין א העכערין עולם איז מער גילוי אלקות פראנען איז דארטין פוגם כעס ואש דאש איז א הנהגה טובה גלאייך וויא אין אונזער עולם עבודה זרה ואש דאש איז פון דיא הרבשטע עבירות.
האיינט ועלין מיר פארשטיין וויא אזוי האט יעקב חושד גיוועזין דיא שבטי', וארום עש שטייט האבות הן הן המרכבה, כלומר אזוי וויא עש איז פראנען די מרכבה פון חיות ואופנים אין עולמות פון בריאה יצי' ועשי', אזוי זאיינען דיא אבות אברהם יצחק ויעקב א מרכבה אין עולם האצי', אברהם איז א מרכבה צוא מדת החסד כמ"ש אברהם אוהבי, אהבה מיט חסד איז איין זאך, יצחק איז גיוועזין א מרכבה צוא מדת הגבורה כמ"ש ופחד יצחק פחד איז גבורה, ויעקב איז גיוועזין א מרכבה צוא מדת התפארת בריח התיכון המבריח מן הקצה אל הקצה, און אזוי וויא בא דיא חיות שטייט והחיות נושאות את הכסא דאש איז [וואס] זייא הויבין אויף דיא כסא מיט דעם בחי' אדם שעל הכסא צוא א"ס ב"ה ואש העכער וידער בחי' אדם,
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.