תצב
פרק כח) איין בעל תשובה זאל זיך פאר היטן ניט צו שלאפן בייטאג באלד נאכן עסן, ווארום דעם חום האכילה איז אין שלאף מרבה חום הדם קען ער קומען צו שלעכטע מחשבות דהיינו קרי ח"ו אדער קישוי אבר כידוע, בכן זאל ער באלד נאך דער אכילה ניט שלאפן לערך איין שעה ויותר און זיך צו ברעכן די הארץ פון דעם וואס ער פילט ביי זיך גראבקייט פון דער אכילה ושתי', און זאל זען צו טאן איין עבודה וטרחא, און ער זאל זייער שטארק זיין ביי זיך ווארום עס שטייט אז מען עסט ניט מיט תאוה און מען בענטשט ערנסט באמרו הזן וכו' ופסוק ואכלת ושבעת וברכת את ה' מען בענטשט השי"ת וואס ער איז זן ומפרנס וכו', אזוי גיט אים השי"ת אז פון דעם כח וואס פון דער אכילה דוקא זאל ער האבן גרויס כח אין די ביסל אידישקייט צו זיין איין סור מרע במעשה ובמחשבה במצות ובמעשים טובים מיט איין לב שלם. ובפרט אז מען גיט צדקה לעניים נאכן בענטשן חאטש אביסל כדי חיות דאס איז א גרויסער תקון להנשמה אז זי זאל איין געהיט ווערן פון אלע די שלעכטס. ומכל שכן צדקה תציל ממות. צדקה איז מציל פון מות הגשמי און פון מות הרוחני, כמו שכתבנו לעיל. די צדקה דארף מען געבן אין צוויי צייטן. איין צייט איז פארן דאוונען אזוי ווי דוד המלך ע"ה האט געזאגט אני בצדק אחזה פניך. און די אנדער צייט איז נאכן עסן אדער פארן עסן אזוי ווי עס שטייט אין זהר הקדוש, און ער זאל מהדר זיין צו זאגן אלע טאג מאה ברכות, און דאס למען השם אלע רגע צו דער מאנען זיך אז ער איז דער קנעכט פון השי"ת, דרום ברויכט ער מהדר צו זיין צו געפינען אלע רגע איין מצוה ועבודה צו השי"ת. דהיינו לפחות אויף צושטיין פאר איין למדן און צו זען טאמער האט ער צייט זאל ער אוועק גיין פון זיין פרנסה צו לערנען אדער זאגן פיל קאפיטליך תהלים וכיוצא בו. דער כלל איז למען השם ניט צו פארגעסן אז ער איז דער קנעכט פון השי"ת אזוי וועט ער געהאלפן ווערן פון השם יתברך צו דינען אים.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.