תצא

פרק כו) די חכמים זאגן פון אכילה גסה אן צושטאפן דעם בויך דערפון קומט מען צו זנות לילה, ווארום פון די תאות גשמיות אכילה גסה ווערט די הארץ גרויס און גראב זייער און דער גוף ווערט זייער פארגרעבט און מגושם און מזוהם אז דעם חימום הגוף איז אזוי ווי פון א בהמה וסוס, און דאס גאר דער היפוך פון צובראכענקייט אין הארצן און שפלות, און מכל שכן די וואס זיינען זיך מרבה בתענוגים באכילה צו עסן דאס בעסט און מיט גרויס צערעמאניע און מיט גרויס נחת והרחבת הלב אן צו טאן תענוג אפילו ער עסט אביסל דאס איז נאך מער מגושם דעם גוף דערפון ווערט דער חלב מגושם און ווערט פעט און גראב כמו שכתוב שמנת עבית וכו'. ביז אז זיין הארץ ווערט פארשטאפט לגמרי. ממילא האבן זיי ניט צייט צו האבן הרהורי תשובה קיין מאל אויף זייער לעבן. בכן איין בעל תשובה באמת זאל זען צו עסן אביסל און ניט מיט חימום בכדי ער זאל ניט קומען צום חום התאוה און קיין נחת רוח ותענוג ניט אן צו טאן זיך אין דער אכילה און ניט עסן פיל געריכט(ן). ווארום איין בעל תשובה דארף זיך זייער היטן ער זאל ניט מרבה חלבו ודמו זיין פון דער אכילה. אדרבה ער דארף ממעט זיין חלבו ודמו מיט סיגופים צו פאר ריכטן דעם חום התאוה רעה פון זיינע חטאים.

פרק כז) עוד נאך איין זאך איז פאראנען וואס דערפון על פי רוב איז די סיבה וואס בעלי תשובות זיינען חוזר לסורם הרע און ווערן ווידער נכשל אין זייער שלעכטס נאך מער אז פון תענוג האכילה שנקרא זולל, ומשקה הנקרא סובא ער האט גרויס תאוה צו טרינקען פיל שטארקע משקה וואס זי איז זייער מחמם און צינט און ברענט דאס הארץ און גאר דעם גוף איז דאס זייער מחמם, אזוי ווי די משקה יי"ש אז מען טרינקט אביסל מער ווי די מאס איז, ווערט מען אנגיצונדן צו אלע תאות רעות, בקיצור יי"ש איז שורף הלב והנשמה דאס איז זייער מחמם די בלוט און פאר פירט דעם דעת לגמרי, אפילו די מענטשן וואס זיינען ריין פון חטאים שאט דאס זיי זייער, ווארום זיי ווערן מחומם זייער און גייען אראפ פון שכל ויראת אלקים און קומען צו פיל מדות רעות צו כעס ורציחה והגבהת לב מאד וואס השי"ת האט דאס פיינט זייער, ווי עס שטייט אין פסוק און אין פיל ספרים אז דער סובא יין איז הורג אפילו נשמות כשרים זיי קומען צו עבירות חמורות ח"ו, בכן איין בעל תשובה זאל זען ניט צו טרינקען קיין שום משקה חזק אפילו שטארקע ביר ומכל שכן יי"ש זאל ער ניט פאר זוכן ווארום עס ווערט איין רגילות צו טרינקען יי"ש פארן עסן ב' או ג' פעמים, בכן זאל ער גאר ניט פארזוכן יי"ש לגמרי אפילו קידוש והבדלה זאל ער מאכן על שכר ולא על יי"ש בשום אופן.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.