תצ

איטליכע שלעכטס ווערט איין מלאך רע המקטרג וואס ער שטראפט אים בגשמיות אין פרנסה און אין געזונט מכל צרה שלא תבא כמו שכתוב תיסרך רעתך, זאל ער בעטן אז השי"ת זאל די מקטרגים אראפנעמען פון אים און פון כל עם בני ישראל היינו זיי זאלן קיין תקומה האבן. און אין דער ברכה שומע תפלה זאל ער גאר זיין הארץ אוועק געבן צו השי"ת אז השי"ת זאל צוהערן זיין תפלה און זאל האבן איבער אים גרויס רחמנות, און השי"ת הערט צו בודאי אזוי ווי מיר זאגן כי אתה שומע תפלת כל פה, און בפרט צו אזעלכע וואס זייער הארץ איז זייער צובראכן פון חטאות נעורים און טוען תשובה און תפלה הערט צו השי"ת בודאי און העלפט אים אז ער זאל ווידער מקורב ווערן צו השי"ת באמת, און ממילא וועט אים השי"ת מקבל זיין ברצון השגחה צו געבן אויף זיי תמיד אין זייער אייגינס און אין אלע זאכן כמ"ש וישוב אל ה' וירחמהו און ער וועט אים היטן פון אלע צרות, נאר די תפלה אין שמע קולינו זאל זיין מקירות הלב פון טיפן הארצן מיט גרויס מרירות והכנעה בתכלית, אזוי ווי חנה הצדיקת האט מתפלל געווען וחנה מדברת על לבה והיא מרת וכו'. און אין נפילת אפים זאל דער בעל תשובה זיך נאך מער אראפווארפן און זאל אויף זיך מקבל זיין די מיתות בית דין כמו בוידוי ק"ש שעל מטה.

פרק כה) נאכן דאוונען זאל ער לערנען וואס ער קאן אפילו א פרשה חומש און א קאפיטל פון עשרים וארבע בנביאים וכתובים, א' פרק או חצי פרק משניות אדער שלחן ערוך או"ח, און זאל חזרן כמה פעמים. און ווער עס איז מער למדן זאל קובע עתים לתורה זיין צו לערנען בית יוסף עם שלחן ערוך ואחרונים בכל יום בבקר, ובכל שבוע לילה אחת זאל ער לערנען א גאנצע נאכט עד הבקר. און זאל פאסטן און זאל לערנען די מוסר וואס אין זהר הקדוש און ראשית חכמה בשער התשובה, און אז מען פאסט ביז נאך האלבן טאג ביז זייגער איינס ווערט דאס גערעכנט פאר איין תענית. און בשעת אכילה זאל מען ניט עסען מיט תאוה ווי איין בהמה ח"ו און זאל זען ניט אן צו פרעסן זיך, נאר בכדי צו דערהאלטן דעם געזונט כדי ניט נאך צוגעבן דעם חוש התאוה בתאות אכילה און זאל עסן איין גרינגע זאך של חלב עם לחם מעט כדי ער זאל דעם בויך ניט ממלא זיין, ער זאל ניט קומען פון דעם חלילה ווידער לשרירות לבו הרע חס ושלום.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.