תפט

וכו' און אפילו בנעוריו פאר בר מצוה. ואם אחר י"ג שנה אז ער איז שוין א בר עונשים זאל ער פאסטן כסדר און זאל זאגן דעם קאפיטל הנזכר לעיל אלע טאג, און אלע מאנטיג און דאנערשטאג און אלע ערב ראש חדש אחר תפלת המנחה זאל ער זאגן על חטא און ועל חטאים שאנו חייבים וכו' זאל ער זיך דערמאנען אלע זיינע חטאים און זאל בעטן מחילה און סליחה פון השי"ת.

פרק כג) ער זאל זאגן תהלים אלע טאג פארן דאוונען דאס וואס שטייט דרינען דער ענין פון תשובה זייער ערנסט, און זאל דאוונען אין סידור מיט גרויס הכנעה ובושה בשעת אז ער שטעלט זיך פאר השי"ת און זאל זאגן אין סידור איטליכן ווארט מיט גרויס הכנעה אין הארצן, און זייער ערנסט איין שבח והודי' צו געבן צו השי"ת וואס ער איז מקורב געווארן צו השי"ת און איז ניט פאר שטויסן געווארן אין שלעכטס ח"ו, און דערפון זאל ער זיין אין שמחה בשעת ער זאגט פסוקי דזמרה פון ברוך שאמר ביז ק"ש ושמונה עשרה, נאר פאר ברוך שאמר זאל ער זיך זייער אראפ ווארפן פאר השי"ת מיט גרויס שפלות און מיט גרויס בושה פון זיינע חטאים, און דאס האבן די חכמים געזאגט אין עומדין להתפלל אלא מתוך כובד ראש, מען זאל זיך ניט שטעלן דאוונען נאר איין געבויגן די קאפ מחמת גרויס בושה פון חטאת נעורים וואס איטליכער מענטש ווייס בא זיך זייער גוט, און זאל זיין ניט גענארט און ניט גרינג צו מאכן זיך דאס.

פרק כד) אין שמונה עשרה אין דער ברכה סלח לנו זאל דער בעל תשובה גוט דער מאנען זיך אויף אלע זיינע חטאים און זאל בעטן סליחה ומחילה אויף זיך אליין, און בפרט נאך דער ברכה פון השיבנו אז מען בעט והחזירנו בתשובה שלימה לפניך זאל ער מקבל זיין אויף זיך צו טאן תשובה שלימה, און השי"ת איז בודאי מקבל זיין גיבעט אזוי ווי מיר זאגן הרוצה בתשובה, וכן כתוב וימינך פשוטה לקבל שבים נאר די וואס ווילן מיטן אמת דוקא. און אין דער ברכת רפאינו זאל ער מכוון זיין צו השי"ת אז ער זאל היילן דעם חולי הנפש וואס ער האט זייער פוגם געווען מיט זיינע עבירות זאל זיין נפש ניט שטארבן ברוחניות פון איר שרש כנזכר לעיל. און אין דער ברכה ולמלשינים זאל ער מכוון זיין אויף אלע שלעכטע מקטריגים וואס ער האט אויף זיך אן געפירט אויבן, ווארום פון

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.