תפח

אין פרנסה און אין קינדער אז זיי זאלען צובראכן ווערן כנזכר לעיל, אבער דיזע מענטשן וואס האבן קיין מאל ניט געטאן תשובה מיטן אמת נאר פון אויבן און אז איין הרהור תשובה איז אריין אין זיי אויף איין צייט און נאכדעם באלד איז די הארץ ווידער אזוי ווי פריער, אזעלכע מענטשן איז מען גאר ניט מייסר מיט יסורים אדרבה עס גייט זיי זייער גוט אין דער וועלט בכדי אז זיי זאלן קיין תשובה ניט האבן אייביג. די סימנים זיינען אזוי ווי איטליכער ווייס ביי זיך דעם אמת, ווען ער טוט תשובה באמת לאמיתו איז ער זייער צובראכן און איז אין גרויס שפלות בא זיך און איז זייער שטארק אפגעקערט פון שלעכטס, אפילו בשעת ער איז בא זיך אין איין מלחמה צו צייטן קען ער באשטיין און ברעכט דעם יצר הרע און קערט זיך אפ פון אים זייער גרינג. אך אבער ווען ער איז אין איין סיבה וואס דערפון ווערט ער נכשל און האט באלד חרטה באמת, דהיינו אז ער זיצט כמה שנים בלא אשה אן איין ווייב, אדער אז ער האט מחבר געווען זיך מיט אנשים קלים ורקים מיט שלעכטע מענטשן וואס זיי בריינגען אים אריין אין טראקטירן זויפן ממילא קומט ער צו איין עבירה אבער איין מאל און ניט מער, און באלד טוט אים די הארץ זייער וויי און וויינט און פאסט און טוט תשובה באמת און טוט שוין מער ניט, פון אלע זיינע סיבות אדער דאס גלייכן, זעט השי"ת דעם אמת און איז אים מוחל וסולח און העלפט אים אז ער זאל תשובה טאן באמת, און דער סימן להיפך איז דער וואס איז מיט איין מכשול בעבירה ווערט ער נאך געצויגן ווייטער ביסלעך ווייס ביז ער טוט זיך נאך צו גיין ממלא תאותו זיין און קומט צו אלע עבירות ביז ער קען שוין קיין תשובה טאן אויף אייביג. וזהו מה שאמרו חכמים דאס איז וואס די חכמים זאגן בדרך שאדם רוצה לילך אין דער וועג וואס איין מענטש וויל גיין מוליכין אותו פירט מען אים אריין וכן אמרו הבא לטמא פותחין לו.

פרק כב) הסדר דער פירונג פון הבעל תשובה זאל זיין אזוי, כאור הבקר גאנץ פרי ווי ער שטייט אויף זאל ער זען צו דערמאנען זיך אויף אלע זיינע חטאים כמ"ש דוד המלך ע"ה וחטאתי נגדי תמיד און זאל זאגן דעם קאפיטל נ"א מיט גאר דעם הארצן, ובפרט דעם פסוק כבסני מעוני ומחטאתי טהרני, ווען אפילו עס איז ניט פון עבירות חמורות דארף מען זאגן דעם קאפיטל דוקא, ווארום דער וואס (האט) נאר פוגם געווען בברית הקדש במזיד היינו מוציא זרע לבטלה בידים ח"ו איז דאס אזוי הארב ווי מיט איין נקבה כמ"ש כי השחית כל בשר את דרכו

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.