תפז

אומגעקערט פון שלעכטס תמיד, און פארקערט ח"ו הבא לטמא פותחין לו שערי טומאה ווער עס וויל זיך מטמא זיין אין שלעכטע מחשבות אזוי עפנט מען אים די שערי טומאה פון אויבן היינו די שלעכטע מחשבות והרהורים אז ער זאל זיך קערן צו אלע שלעכטס, און מען גיט קיין מאל איין מחשבה טובה אז ער זאל תשובה טאן בכדי ער זאל פאר פאלן ווערן, דאס איז דער וואס האט קיין מאל קיין תשובה ניט געטאן און האט מחטיא געווען נאך פיל מענטשן.

פרק כ) אך דער וואס האט געטאן במעשה תשובה באמת וברצון אבער ער האט ווידער חוטא געווען אין דער זעלביגער עבירה ח"ו דאס ווערט גערופן איין פאלשער בעל תשובה אויף דעם זאגן די חכמים רשעים מלאים חרטות, רשעים וואס טוען ניט קיין תשובה שלימה באמת זיינען זיי אין חרטות, ער דער מאנט זיך תמיד און טוט תשובה און טוט ווידער עבירות איז דאס כטובל ושרץ בידו אזוי ווי מען איז זיך טובל אין איין מקוה און האלט איין שרץ אין האנט, אזוי טוט ער תשובה פאר השי"ת און האט חרטה און טוט ווידער שלעכטס איז דאך די טומאה אין גאנצן בשעת זיין תשובה אזוי איין תשובה ווערט גאר ניט גערעכנט פאר איין תשובה פאר השי"ת, אך אבער פארט איז בעסער דער וואס טוט אזוי תשובה ווי דער וואס האט קיין מאל געטאן קיין תשובה, און זיינען בשרירות לבם זיי גייען נאך זייער הארץ ממילא זיינען זיי פול מיט כל התאוות רעות וואס מען פאר טרייבט זיי פון תשובה רחמנא ליצלן, אבער די וואס האבן געטאן תשובה נאר זיי ווערן ווידער נכשל אין דער עבירה און אין די תאות און טוען ווידער תשובה דעם העלפט מען פון השי"ת זיי זאלן טאן תשובה מיטן אמת זיי זאלן קיין מכשול האבן אייביג. והיינו מחמת השי"ת האט אויף זיי רחמנות ווארום זיי האבן אין הארצן הרהור תשובה באמת נאר זיי קאנען ניט אריבער צו צייטן די תאוה רעה צו ברעכן די הארץ, און השי"ת איז דורש כל לבבות ובוחן כליות, שיקט ער אויף זיי יסורים קשים ומרים זיי ווערן געפאלן אין געזונט אדער קינדער שטארבן בא זיי אדער אנדערע יסורים קשים ומרים מאד וואס עס צוברעכט זיי זייער כדי זיי זאלן תשובה טאן באמת און זיי זאלן ווייטער ניט נכשל ווערן קיין מאל און זאל מכופר ווערן אלע זיינע חטאים באמת ווארום די יסורים זיינען ממרק היינו עס סייערט זייער.

פרק כא) דאס איז א גרויסער חסד פון השי"ת צו די וואס האבן איין מאל תשובה געטאן מיטן אמת אז זיי זאלן האבן אראפ פאל אדער אין געזונט אדער

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.