תקב
פרק מ) דהיינו עס איז ניט צו גיקלעפט אין דער נשמה פון די קלי' הטמאות וכו' ביז מי קאן זאגן נשמה שנתת בי טהורה היא, זי איז ריין פון קליפות הטמאות ווארום מי האט געזאגט בידך אפקיד רוחי וכו' ע"כ זאגט מען ברוך אתה ה' המחזיר נשמות לפגרים מתים וכו', דען דער גוף איז איין פגר מובס אהן דער נשמה והשי"ת איז מחזיר די נשמות אפ גערייניגט פון די לבושים הצואים וכו', בכן דארף מען אין שמחה זיין אזוי ווי מען גייט ארויס פון א תפיסה און פון אפילה לאור דעריבער זאגט מען פוקח עורים ומתיר אסורים וכו' גלייך ווי מי איז ניי געבארן אלע טאג, כמ"ש חדשים לבקרים רבה אמונתך, אלע אין דער פרי שיינט אריין א כח ואור חדש פון דער נשמה אין גוף שנק' אמונתיך מיט דעם גרויסן כח קען מען דאוונען מיט איין אמת הארץ, און צו זיין איין גאנצן טאג אין סו"מ באמת, בכן דארף דער דאוונען זיין מיט א חדוה מצד אלקות וואס מי איז צוגיקלעפט מחמת דער נשמה הטהורה כו' און אין מרירות און אין בכי' דארף מען זיין מחמת דעם גוף וואס ער איז זייער מגשם פון אלע תאוות רעות זאל מען דערפון גרויס בושה ושפלות האבן און פון דעסטוועגן זאל מען זאגן דעם ווארט בשמחה ובטוב לבב אז השי"ת איז אריין אין הארצן באמת קאן קיין שלעכטס ניט אריין קיין מאל.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.