תפו
טאר מען אויך ניט נאך געבן די אויגן, ומכל שכן מתבונן צו זיין בכיוון וואס עס ווערט גערופן המסתכל במקום וכו', און אזוי האט געזאגט איוב ומה אתבונן על בתולה פון וועסט וועגן זאל איך זיך מתבונן זיין אויף איין בתולה ווארום עס וועט דערפון קומען איין הרהור וחמדה אין הארצן. די חכמים זאגן העין רואה והלב חומד די אויגן זעט און די הארץ גלוסט, די אויגן מיטן הארץ ביידע זיינען צוויי סרסורים צו איין עבירה במעשה און אזוי זאגן די חכמים דער וואס איז אין רגילות איין צו קוקן זיך בכיוון על נשים יפות וועט ער בודאי קומען צו איין עבירה במעשה, און בפרט ווען ווייבער זיינען אליין זאל דער בעל תשובה גאר ניט שטיין מיט זיי און ניט ריידן מיט זיי אדרבה ער זאל אנטלויפן און זאל צומאכן די אויגן כדי ער זאל ניט קומען צו איין הרהור וחמדה דאס איז דער אמת לאמיתו. ואפילו בשעת עסק אין מארק אדער אין קראמען זאל ער ניט ריידן מיט נשים ניט מער וואס עס גיהער צו זיין עסק, וכן און אזוי ווייבער וואס זיצן אין די קראמען זאלן ניט פארבריינגען מיט מאנזבילן יונגע לייט ווארום דאס שאט זיי זייער צו קינדער רחמנא ליצלן כנזכר לעיל.
פרק יח) די אנדערע זאך איז תשובה במעשה וואס ער זאל ניט טאן דאס וואס ער האט ביז אהער געטאן דאס איז דער רעכטער אמת פון תשובה על פי התורה וואס השי"ת איז מוחל באמת אזוי ווי אין פסוק שטייט יעזוב רשע דרכו, דאס איז אז ער האט חוטא געווען בעון מוציא זרע לבטלה ומכל שכן נאך גרעבערע עבירות זאל ער ווייטער דאס ניט טאן און זאל דאס מקבל זיין אויף זיך אין וידוי דעל חטא, און זאל זאגן מיט גאר דעם גאנצן הארצן ועל חטאים אויף דער עבירה וואס עס קומט מלקות אדער מיתות בית דין אדער מיתה בידי שמים ווי ער ווייס אין זיך, און זאל בעטן פון השי"ת סליחה ומחילה אויף זיינע חטאים, און אויף איטליכער עבירה וואס ער געדיינקט זאל ער אויסריידן פאר השי"ת אין זיין וידוי אז ער וועט ווייטער דאס ניט טאן ח"ו, דאס איז די תשובה באמת וואס השי"ת נעמט צו און איז מוחל וסולח באמת.
פרק יט) און אזוי זאגן די חכמים הבא לטהר מסייעין אותו מלמעלה, דער וואס וויל מטהר זיין די הארץ פון אלע שלעכטס מיט תשובה באמת אזוי העלפט אים השי"ת מיט פיל העלפן, היינו פון השי"ת ווערט געשיקט זייער פיל גוטע מחשבות וואס ער ווערט ממילא צובראכן אין זיין הארצן און ער ווערט
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.