תקא
זיין ח"ו, וועט דאס בודאי אן גענומען ווערן פאר השי"ת, ובפרט אז ער זאגט די וידוי זאל ער מקבל זיין ד' מיתות ב"ד ווי ער וויטש (?) פון זיינע עבירות, דער עיקר איז בשעת אז מען זאגט דעם פסוק בידך אפקיד רוחי, אין דיין האנט השי"ת גיב איך אוועק מיין רוח ונשמה זאל ניט זיין צו די קליפות און דו זאלסט מיך אויסלייזן מיט גרויס רחמנות וכו' ווי מי זאגט דריי מאל דעם פסוק בידך אפקיד רוחי ווערט מען אויסגעלייזט.
פרק לט) דוד הע"ה האט געזאגט אם זכרתיך על יצועי אז איך האב זיך אויף דיר דער מאנט אויף מיין בעט פארן שלאף דהיינו בק"ש שעהמ"ט ובפרט בפסוק בידך אפקיד רוחי אזי גם באשמורות אהגה בך אין דער פרי ווי מי שטייט אויף גייט די מח' ורצון מיט זיין הארצן נאך דיר, ווארום ווי מי לייגט זיף אויפן בעט אזוי מיט דעם שטייט מען אויף מיט איין לב נשבר ונדכה באמת, און ווי מי דער מאנט זיך צו השי"ת פארן שלאף אזוי שטייט מען אויף מיט א לב נשבר ונדכה באמת און מיט איין רצון צו קעהרן זיך צו השי"ת בתפלה ווארום די קליפות הטמאות האבן אפ גיטראטן בשעת מי האט גיוויינט און גיקרעכצעט אין ק"ש שעהמ"ט כמ"ש דוהע"ה יגעתי באנחתי אשחה בכל לילה מטתי בדמעתי ערסי אמסה וכו' סורו ממני כל פועלי און כי שמע ה' קול בכיי אזי תפלתי יקח וכו' יבשו ויבהלו מאד כל אויבי וכו' דעריבער דארף איין ת"ח זאגן דעם פסוק בידך אפקיד רוחי בכדי לעורר זיין על נפשו ער זאל ניט אריין אין היכלות הקלי' פון די הרהורים רעים וואס קיינער איז ניט ניצול געווארן פון זיי פאר בייגייענדיק ניט מיט איין כוונה לכתחלה, דארף מען דעריבער אויף שטייענדיג זאגן שלא עשני גוי ועבד וכו'.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.