תפה

זייער און דאס איז דער סימן פון איין בעל תשובה וואס איז איין אמת אז ער איז אין שמחה באמת פון דעם וואס ער איז ארויס פון מות ורע לחיים וטוב, כמו שכתוב ראה נתתי לפניך את החיים ואת הטוב המות והרע מות ממש וכו'.

פרק טז) על כן מחמת דעם טעם הנזכר לעיל שטייט איין בעל תשובה זאל געבן צדקה אלע פרייטאג און אלע ערב ראש חדש מחיה זיין זיין נפש, פאר דעם וועט מען מחי' זיין מיט חיות אלקות זיין נשמה וואס זי איז געשטארבן, ווארום אזוי ווי איין רוצח נפש קומט אים מיתה, דער פאר אזוי איז פאר קערט דער וואס איז מחי' איין נפש קומט אים אז מען זאל זיין נפש מחי' זיין דריבער שטייט צדקה תציל ממות, היינו אזוי ווי צדקה איז מחי' ומציל ממות בגשמיות אויף דעם וואס עס איז נגזר געווארן אז ער זאל שטארבן בגשמיות, אזוי איז צדקה מציל פון מות ברוחניות אז די נשמה זאל ניט שטארבן און זאל קומען צו איר שרש, בכן אלע ערב שבת קדש און אלע ערב ראש חדש זאל איטליכער בעל תשובה געבן צדקה לעניים און זאל פאסטן, ווארום די תעניתים זיינען ממעט חלבו ודמו וואס ער האט ביזן אהער אריין געלייגט אין דער תאוה מיט אש זרה וואס די קליפה האט דרינען גערוט, און דער עיקר איז די צובראכענקייט פון גוף דוקא פון תענית ווערט מיט דעם פאריכט דאס וואס ער האט מיט דער תאוה רעה פוגם געווען אין צלם אלקים ווי זיין חטא איז געווען, און מיט דער צדקה וואס ער גיט אין תענית דוקא אז דער גוף איז צו בראכן קען די צדקה מחיה זיין די נשמה אז זי ווערט ווידער לעבעדיג כנזכר לעיל.

פרק יז) עס שטייט פריער אין אות ו' ואות ז' אז דער עיקר תשובה איז די צוויי צייטן. צום ערשטן אין דער מחשבה צו טראכטן, ורצון און דער ווילן פון הארצן זאל אפ געקערט זיין אין דער מחשבה מיטן שטארקן הסכם. היינו דאס זאל ניט זיין אין דער מחשבה און אין זינען והיינו מה שכתוב ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם אשר אתם זונים וכו', מען זאל זיך ניט קערן צו די אויגן מען זאל זעהען די אויגן צו פארשליסן כמו שכתוב עוצם עיניו מראות ברע מען זאל איין האלטן די אויגן צו פאר שליסן ניט צו זען אויף וואס מען טאר ניט, ומכל שכן ניט איין צו קוקן זיך מיט כוונה, אפילו ניט מיט א גלוסט הארץ נאר פון ווייטן

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.