תק
שעהמ"ט אין סידור איטליכן ווארט מיט גרויס הכנעה אין הארצן און זייער ערנסט כנ"ל, ווארום ווי מי ווערט אנטשלאפן פירט מען די נשמה אין מקום הטומאה וואוהין ער האט זיך געצויגן אין גאנצן טאג מיט די הרהורים און מחשבות שלעכטע וואס ווערט אנגערופן לבושים צואים, און די קליפות הטמאות זיינען אים מטמא מיט שלעכטע חלומות פון ניאוף ר"ל ביז ער צו קרי ח"ו, בכן דארף מען לייענען די ק"ש מיט איין הרהור תשובה, היינו ארויס צונעמען פון דעם שרש דעם רצון אין מח' וואס מען האט אריין געלייגט אין שלעכטס. וזהו דאס איז דער עיקר הכוונה פון ק"ש אז מי זאגט יה"ר שתשכיבני לשלום ואל יבהלוני חלומות והרהורים רעים ולא אישן המות דאס איז דער מות דקליפות וואס זיי זיינען ממית די נשמה ר"ל.
פרק לח) בכן דארף מען זעהן און זיך פארן שלאף זייער צובראכן ווערן מיט איין אמת און זאל זיך דערמאנען אויף אלע חטאים וואס מען האט פון קינדווייז, אויף איטליכער מעשה און הרהור, און זאל מיט זיך איין גוטען חשבון מאכן און ניט גרינג מאכין זיך און זאל האבן אויף אין אמת לב נשבר ונדכה, דאס הייסט איין פארדרוס עס זאל אים זייער פארדריסן אין פינטל פון הארצן ביז מי זאל וויינען אויף איין אמת בדמעות טרערן, און איטליכער טרער ווערט געציילט פאר השי"ת און נעמט אן זייער לנחת ולרצון און איז מוחל וסולח באמת אויף עבר אפ צו מעקן כל החטאים, און מיט די טרערן זאל מען דעם פנים אפוואשן ווערט בודאי דער פנים בצלם אלקים וואס מי האט פוגם געווען ווערט ער פאריכט ווערן, אזוי ווי דוד הע"ה האט געזאגט אשחה בכל לילה מטתי בדמעתי ערסי אמסה וכו', און ווען עס איז נישט דער לב נשבר ביז טרערן זאל מען עכ"פ אויף איין אמת א קרעכץ טאן, די קרערכצן און די זיפצן אז עס איז מקירות הלב צו ברעכט אים די קליפות וואס איז נדבק געווארן אין דער נשמה וגוף און וועט שוין אים מטמא (?)
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.