תפד

וואס איז מכיר מקומו השפל און איז בא זיך נבזה ונמאס אויף דעם טוט השי"ת השגחה געבן און איז מקבל בימין מקרבת, דהיינו מיט דער רעכטער האנט, אזוי ווי מיר זאגן וימינך פשוטה לקבל שבים, די וואס טוען תשובה באמת היינו תמיד בלא היסח הדעת תמיד דוקא.

פרק יד) על כן האבן די חכמים געזאגט איין מענש דארף תשובה טאן דהיינו אלע טאג, און מען מיינט ניט אויף איין צייט זאל ער נתפעל ווערן מיט גרויס בכיות און נאך דעם וועט ער גאר די הארץ אפ קערן אין זיינע עסקים און קאן ווידער חוזר זיין צו שרירות לבו הרע, אזוי ווי פיל מענטשן זיינען גענארט, אזוי ווי די רשעים וואס ווילן קיין תשובה שלימה טאן זיינען זיי מלאים חרטות, וכמו אחטא ואשוב, ווארום צו זיין איין בעל תשובה באמת דארף נאר דער עיקר זיין איין הסכם אין הארצן מאכן אז ער זאל ניט נשתנה ווערן קיין מאל ח"ו, היינו בכל עת ובכל שעה ורגע זאל ער ניט מסיח דעת זיין מהתפעלות פון זיין אמת הארץ כי כל לבבות דורש ה' ובוחן כליות ולב מען קאן אים ניט נארן און ממילא וועט אים השם יתברך העלפן.

פרק טו) דער עיקר מכוון איז פון תשובה אז מען זאל דעם נפש אלקית מתקן זיין היינו וואס ער האט פוגם געווען אין צלם אלקים. דער כלל איז אזוי ווי עס איז פאראן מות הרוחני בנשמת אלקות דהיינו געטליכע געשטארבן ווארום עס איז נפסק געווארן דער הבל וואס דער נפש איז מקבל חיות אלקי געטליכע לעבן. אזוי ווי ביי עונש כרת שטייט הכרת תכרת הנפש, אזוי פון תשובה שטייט והרוח תשוב אל אלקים די נשמה ורוח קערט זיך אום אין זייער מקור וואס לעבט, נמצא פון תשובה ווערט די נשמה אפגעלעבט אזוי ווי איין גוף גשמי ווערט פון טויט לעבעדיג, כמו שכתוב שובו שובו מדרכיכם הרעים ולמה תמותו וכו' החפץ אחפוץ במות הרשע כי אם בשובו מדרכו וחיה, על כן זאל איטליכער בעל תשובה גלויבן אז די תשובה אמיתית בריינגט אים צום לעבן און ציט אים ארויס פון מות לחיים, אזוי ווי פון מות לחיים בגשמיות, און דריבער דארף ער זיין אין שמחה

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.