תצט

פרק לו) דער בעל תשובה דארף זיך זעהן קובע עתים לתורה זיין מיט א חבר אחד טוב ווי צו לערנען אדער צו הערן גוטע אגדות פון עין יעקב בין מנחה למעריב, ווארום נאך צו גיין אין דרך הישר דארף מען מיט גרויס חשק צו זוכן דאס אזוי ווי מען זוכט דעם לעבן, און באלד נאך מעריב צו לערנען אין ספרי מוסר וכה"ג, און זאל ניט גיין מיט חבורות מענטשן וואס זיי זיינען פוסטע לייט און ריידן דב"ט און הוללות וליצנות כמ"ש אשרי האיש אזוי וואויל דעם מענטשן אשר לא הלך בעצת רשעים וואס ער איז ניט געגאנגען אין דער עצה פון די רשעים צו זיין, ובדרך חטאים לא עמד די שלעכטע וועגן וואס חטאים גייען דארטן לא עמד איז ער ניט געשטאנען, ובמושב לצים דאס זיינען די קלים וואס אין ליצנות והוללות וניבו"פ זיי זיינען ערגער פאר די חטאים ורשעים דאס זיינען אפיקורסים זיי בריינגען צו אל דאס שלעכטס, נאר כי אם בתורת ה' חפצו וכו' מי זאל זיך מדבק זיין עם לומדי תורה און זאל לערנען תורה מיט זיי, וועלן זיי אריינפירן אים און צו קלעפן צו דרך הישר, היינו ווארום מחמת די ווערטער פון ד"ת און מוסר גייט אריין אין מוח און אין הארץ, און איטליכער וואס רעט פון דער תורה און מוסר נעהמט אים די נשמה, אזוי ממילא ווערט מען נאך געצויגן נאך השי"ת מיט גאר דעם הארצן און מי ווערט ריין פון אלע מחשבות רעות און די הארץ ווערט אויך ריין, דאס איז דער היפך פון דרך רשעים וחטאים ולצים, בכן איז דאס פון די גרויסע יסודות צו דעם וואס וויל צום אמת גיין אין דרך הישר בתשו"ש, דאס איז דער עיקר תשובה אפ צו קערן פון שלעכטס און צו קערן צו השי"ת צו גיין אין זיינע וועגן דרך הטוב והישר בתורתו ובמצותיו.

פרק לז) נאך סעודת הלילה זאל מען זיך ניט לייגן באלד שלאפן, מי דארף לערנען ע"י אדער שעה"ת פון ראשית חכמה א חצי שעה ויותר, בכדי דער חימום המאכל אויף ניט בריינגען צו קרי ח"ו, און זאל לייענען די לאנגע ק"ש

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.