תפג

איין וויילע טוען זיי תשובה וחרטה און נאך דעם זיינען זיי ווידער חוטאים מיט דעם וואס זיי גייען בשרירות לבם כנזכר לעיל. נמצא זיינען זיי תמיד אין חרטות און השם יתברך נעמט ניט צו איין בעל תשובה וואס ער איז פאלש און איז חוזר צו זיין שלעכטס מען פאר טרייבט אים אז ער זאל ניט קענען תשובה טאן אייביג.

פרק יב) פון דעסט וועגן איז ניט איין חיוב אויף דעם בעל תשובה אז ער זאל זיך סגופים אן טאן און איין צו בויגן די קאפ און צו זיין גאר אן געשטעלט פון אויבן אז ער איז צו בראכן, דען דער עיקר איז די הארץ באמת. השי"ת זאגט גיב מיר דיין הארץ און דיינע אויגן וועל איך וויסן אז דו ביסט מיינער, און די חכמים זאגן אפילו אז ער וועט פאסטן מאה תעניתים איז ניט אזוי גוט ווי איין צובראכנקייט אין הארצן צום אמת, אבער ניט צו ווייזן זיך בדרך איין אנשטעל פון פרושים, אדרבה איין בעל תשובה דארף זיין אין שמחה וואס ער איז אפ געקערט געווארן פון שלעכטס צו גוט און פון מות לחיים און ניט אויף צו הויבן די הארץ צו ריידן פיל דברים בטלים, גם ער זאל א גרויסער שפל זיין פאר אלע מענטשן ווארום אלע זיינען בעסער פאר אים, אפילו אז מען וועט אים זידלען שטארק זאל ער דאס אן נעמען באהבה איין כפרה אויף זיינע עונות, און זאל ניט פרעסן און זויפן נאר ווען עס איז איין צייט דהיינו פון שמחת יום טוב און מכל שכן ניט צו זיין בהוללות וליצנות כנזכר לעיל. און זאל תמיד זיצן במקום יהודים יראים און זיך ניט מתחבר זיין צו רשעים, כמו שכתוב אשרי האיש אשר לא הלך בעצת רשעים וכו'.

פרק יג) כתיב וחטאתי נגדי תמיד. דעם פסוק האט געזאגט דוד המלך ע"ה אז זיינע זינד שטייען אנטקעגן אים תמיד, דער פירוש איז ער האט קיין מאל ניט פארגעסן אויף זיינע חטאים און האט אויף זיי תמיד תשובה געטאן און האט פאר זיך געשטעלט בכל רגע צו מאכן אין הארץ איין צו בראכענקייט, אזוי דארף איטליכער בעל תשובה צו טאן ער זאל ניט מסיח דעת זיין פון זיינע חטאים תמיד אפילו אז ער איז פאר טראגן זייער אין זיינע עסקים, און אפילו אין דער צייט אז אלע יהודים זיינען בשמחה פון איין מצוה אדער יום טוב ושבת, זאל ער זיך צום הארצן נעמען אז ער איז ערגער פאר אלע מענטשן, ווארום ער איז א גרויסער חוטא, און דער הרהור תשובה מיט א גרויסע צובראכענקייט פון דעם

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.