תפב

כמעט ווי איין היתר גמור איין צו קוקן זיך אין איין שיינעם מאנסביל און ריידן פיל מיט זיי און דערפון קריגן זיי ביי נאכט די שלעכטע חלומות פון זווגים וואס דערפון ווערן זייערע קינדער געבארן מיט דער חולי הנקרא שלעכטי זאכן וואס בעונותינו הרבים איז ניט גאנץ די קינדער נאר איין חלק חמישית או יותר און דאס איז נאר בעון הזה.

פרק יוד) עוד נאך איין זאך איז פאראנען אין די שרשים פון תשובה שלמה באמת היינו מען זאל ניט זיין אין הוללות און ליצנות הנקרא בלשון אשכנז פרייליכקייט אין הארץ מיט ליצנות, היינו דאס איז איין צולאזענקייט אין הארצן איין צולאזענע הארץ צו ריידן פיל צו טאן תאוות עולם הזה און צו פרעסן און צו זויפן פיל, נאך צוגעבן די הארץ אין פריסטקייט און פרייליכקייט וואס דאס איז גאר דער היפך פון תשובה, ווארום ווער עס איז באמת צו בראכן פון זיינע חטאת נעורים והרהורים רעים וחטאים ואפילו מן עון קרי מוציא זרע לבטלה ר"ל, ווי קאן ער אזוי איין חוצפה האבן צו ריידן פיל דברים בטלים של הוללות נארישקייט ווען אפילו עס איז ניט ניבול פה און נאך צו געבן זיך אין עסן און טרינקען. ער דערמאנט זיך ניט זיינע מעשים רעים וחטאים וואס ער דארף האבן זייער פיל סיגופים ותעניתים כדי ער זאל פאריכטן זיין נפש, און ער נעמט נאך און איז מוסיף אויף זיך צו פארלירן דעם נפש לגמרי מיט דיזע פרישקייט והוללות ותאוות רעים וואס זיי וועלן אים ווייטער בריינגען צום ערשטן, אז זאל אים שוין גאר ניט העלפן ער זאל קיין מאל ניט האבן איין לב נשבר וועט ער זיין פון די דאזיגע חוטאים גדולים וואס זיי העלפט גאר קיין תשובה ניט און מען דער לאזט אים ניט צו טאן תשובה, היינו דער יצר הרע איז זיי מסית צו הוללות וליצנות אין פרישקייט און תאות רעים בכדי זיי זאלן פאר פאלן ווערן אן תשובה ח"ו.

פרק יא) און ווידער איז דער טעם באמת פון וואס מיר האבן געזאגט ווארום דער עיקר תשובה האמיתית איז די צובראכנקייט אין הארצן פון חטאות נעורים צום אמת איז בודאי דער סימן איז (אז?) מען קען די הארץ ניט אויף הויבן קיין מאל נאך צוגעבן זיך אין דער וועלט און אז ער קאן זיין אין הוללות וליצנות און אין אכילה ושתי' אין דאגת פרנסה צו לעבן בריוח ולא בצער איז ער בודאי ניט צו בראכן מיטן אמת נאר פון אויבן איז ער נתפעל געווארן איין וויילע און ער וועט ווידער אריין פאלן אין זיין שלעכטס בלי ספק. ועל זה האבן די חכמים געזאגט רשעים מלאים חרטות די רשעים זיינען תמיד אין חרטות, ווארום

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.