תצז
שלאסענערהייט דאס וואס ווערט אנגערופן מתן בסתר וואס מען גיט אין דער פינסטערניש אין בית המדרש פארן דאוונען אדער ביי זיך אין דערהיים פארן עסן, צו האבן גרויס בטחון אין השי"ת בשעת אז מי איז זיך עוסק אין פרנסה חאטש מי איז זייער צוטראגן און מיט גרויס יסורים און מיט גרויס דוחק ביז דער כח און געזונט ענדיגט זיך, דאס ווערט גערופן מיצוי הנפש, אזוי ווי היינטיגע צייטן איז אזוי גרויסע דלות ר"ל, און א ווייטאק אין גרויס לחץ ודוחק פון אלץ, פון דעסטוועגן זאל מען שטארק בטחון האבן אויף השי"ת אז ער איז א גרויסער רחמן וחסדן, ער איז משגיח זייער און צו מפרנס זיין אלע מענטשן מיט חסד און גיט אים ברכה והצלחה. און וואס מיא טוט איין עסק חאטש דאס איז זייער בדוחק און זייער קליין, דעם בטחון צום אמת הערט השי"ת און שיקט צו איין ברכה והצלחה ניט לפי"ע אזוי ווי עס בדוק ומנוסה.
פרק לג) פארקערט די וואס מיינען אז זייער גרויסע מיהע מיט גרויסע התאמצות אין זייער שטארקע עבודה און צו היטן איינצוהאלטן די האנט פון צו געבן צדקה, און פארגעסט גאר אויף השי"ת אז ער איז דער משגיח און מפרנס באמת, מחמת ער פאר לאזט זיך גאר ניט אויף בטחון נאר אויף זיך, זעהט מען במוחש אז פון זיין געלט ווערט גאר נישט, עס וועט כלה ווערן גאר אין פרעמדע ערטער עס גייט נאר לאיבוד אפילו זיינע קינדער קומט גארנישט אן זיי זיינען עניים, און מכש"כ דיא וואס האבן גיגאזלט עניים אדער מיט גרויס רווחים גיליהען וואס איז מעהר פון קרן, אדער ער האט פיל מענטשן גרויסע עוולות גיטאהן במו"מ און מכ"ש ער האט פיל אנגעזעצט בכוונה, אויף דעם זאגט דער נביא אז זיין תפלה נעמט מען ניט אהן און השי"ת קען ניט זעהן די הענט וואס האבן בלוט כמ"ש ידיכם דמים מלאו אזוי ווי רציחה ממש.
פרק לד) די דארפס לייט זייער עסק איז מיט ערלים תמיד, זיי זיינען זייער אפגעריסן פון אידישקייט און פון דעם ווערן זיי אריין געפאלן אין תאוות און אין גראבע עבירות עם נכריות ר"ל, און מחמת זיי זיינען ניט צו געקלעפט מיט יהודים כשרים ובפרט אין די מקומות הרחוקים וואס יהודים זיינען
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.