תפא

אנדער חלק איז תשובה בלב אין הארצן דאס ווערט גערופן תשובה פנימית פון גאנץ טיפן הארץ מיט געוויין און מיט וידוי אלע טאג כנזכר לעיל. די תשובה במעשה דארף מען תמיד האלטן זיך ניט צו פארגעסן ח"ו היינו ניט נאך צו געבן די מחשבה און ניט טראכטן קיין שום שלעכטס ח"ו צו טאן מכל שכן ח"ו ניט אריין צו גיין בכיון אין איין ארט וואס ער קאן דארטן אריין פאלן אין שלעכטס ח"ו, ווארום אז אפילו ער לייגט אריין די מחשבה במזיד צו טראכטן פון עניני ניאוף אדער דאס גלייכן ווערט ער שוין גערופן בשם רשע וואס ער וויל ניט טאן תשובה און אפילו כמה פעמים איז ער זיך מתעורר באמת צו טאן תשובה אבער עס איז ניט צום אמת ווארום ער איז חוזר צו זיין טומאה במזיד ממש ח"ו.

פרק ז) די תשובה באמת איז נאר צום ערשטן אין דער מחשבה אין מוח און דער ווילן הנקרא רצון בלב אין הארצן אז דער הסכם איז שטארק מען זאל ניט טאן דאס וואס מען טאר ניט און האט באמת חרטה אויף אלע חטאים פון עבר איז דאס דער סימן הטוב, און אז מען איז זייער נזהר אין דער מחשבה און מען דערלאזט ניט אריין צו דער מחשבה נאך צוגעבן זיך קיין שום שלעכטס אזוי ממילא וועט דאס הארץ ניט וועלן קיין שום שלעכטס צו טאן ח"ו.

פרק ח) און נאך איין זאך איז די שרשים פון תשובה צו דער מחשבה און צו דער הארץ איז די אויגן, אז מען זאל ניט נאך געבן די אויגן צו זען און פשיטא ניט מסתכל זיין היינו ניט איין צוקוקן זיך בכיוון אויף שיינע נקבות מכל שכן ניט ריידן פיל מיט זיי און ניט צו פארבריינגען בכיוון מיט זיי ווארום דאס מאכט איין פייער פון חמימות התאוה אין הארצן ווערט מען נאך געצויגן נאך די שלעכטס וואס מען איז פריער אריין געפאלן. עס שטייט אז די אויגן זיינען איין סרסור הנקרא מעקלער אריין צו בריינגען אין הארצן און די הארץ איז איין סרסור צו בריינגען למעשה צו טאן איין עבירה בפועל ממש. דער כלל איז העין רואה והלב חומד די אויגן זעהען און די הארץ גלוסט, און דאס איז גאר די סיבה צו אלע בעלי תשובה וואס זיינען ניט גאנץ און פאלן אריין ווידער אין זייער טומאה רחמנא ליצלן, דאס איז בדוק ומנוסה.

פרק ט) אפילו די מענטשן וואס זיינען ניט אין עבירות חמורות שאט דאס אויך זייער שטארק. דערפון קען מען קומען צו מקרה לילה און צו נאך שלעכטס ח"ו רחמנא ליצלן און אפילו נשים שאט דאס נאך מער, ביי זיי איז דאס

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.