תצו
טאן נפשות רבות טובות וחסדים רבים, ומכש"כ אין מו"מ זאל ח"ו פון זיין האנט ניט ארויס גיין קיין עולה אדרבא נאר עס זאל זיין געלט אריבער גיין וויפל ער קען טראגן ווען דאס איז זייער אנגעלייגט פאר השי"ת, כמ"ש בחסד ואמת יכופר עון, והשי"ת וועט אים בודאי בעצאלן ווי זיינע מדות בכפלים כמ"ש אזוי ווי עס שטייט כל המרחם על הבריות מרחמין עליו מן השמים.
פרק לא) ובפרט אז מען טוט אכזריות מיט איין עני ואביון ומדוכא אדער מיא איז אים נוגש ביז ער גיט דעם איבעריגען קלייד, דערויף שטייט אז זיין צעקה גייט זייער ארויף כמ"ש והי' כי יצעק אלי ושמעתי כי חנון אני, אדרבא דארף מען זעהן אז ער זאל האבן איין הילף צו זיין לעבן ניט צו לאזן אים פאלן וכש"כ זיינע קינדער זאל מען זעהן העלפן ארויסצוגעבן, ובפרט הכנסת כלה איז זייער איין גרויסע מצוה, און ניט איין האלטן די האנט אין געבן אדרבא צו געבן מיט גרויס שמחה ונדבת לב כמ"ש ולא ירע לבבך וכו', די צדקה וחסד גייט פאר דעם מענטשן בשעת ער איז אין עולם האמת כמ"ש צדק לפניו וכו' והלך לפניך צדקך וכו', וואס דו טוסט בעוה"ז גייט פאר דיר לעוה"ב אין ג"ע און איר זאלט מלביש ערומים זיין כמ"ש כי תראה ערום וכו'.
פרק לב) וכש"כ זיינע אייגענע קרובים, ובפרט זיין אב ואם און זיינע ברידער און שוועסטער זאל ער זעהן אויסצוהאלטן זיי ווי זיינע יכולת איז ע"פ חיוב ומצוה של תורה, וכש"כ ניט איין האלטן די האנט כמ"ש וחי אחיך עמך וכו' ומבשרך אל תתעלם וכו', ואפילו קרובים ווייטע זאל מען דערהאלטן און אויס צו געבן זייערע קינדער אדער צו העלפן זיי מיט גאר דעם כח ויכולת, און דאס אויך משגיח צו זיין אויף די קראנקע, וואס זייער לעבן היינגט אויף איין האר וואס ווערט אנגערופן בקור חולים פון עניים, און בע"ב וואס זיינען זייער אראפגעפאלן איז נאך מער מצוה וועט ער פאר דער מצוה איין כפרת עון האבן, ובפרט אז ער טוט די חסדים בסתר וכו', וכן איז דער וואס ווארפט אריין אין צדקה פושקע פאר
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.