תפ

המטה, און בשעת ער זאגט די ווידוים זאל ער זיך דערמאנען אלע זיינע חטאות נעורים אלעס בפרטות מיט איין חשבון ברור און זאל בא זיך איין הסכם מאכן זייער שטארק אז ווייטער להבא זאל ער דאס ניט טאן ח"ו, ווארום דער עיקר תשובה איז נאר דוקא עזיבת החטא בפועל דאס איז מען זאל אוועק ווארפן די ערשטע מעשים רעים וחטאים אזוי ווי דער פסוק זאגט יעזוב רשע דרכו ואיש און מחשבותיו וכו', און דער וידוי בלב נשבר באמת איז איין גרויסער חיזוק מען זאל באמת תשובה טאן אויף אייביג, און נאך איין פעולה איז פון אמיתית הוידוי בלב נשבר אז מען האט מן השמים אויף אים גרויס רחמנות צו העלפן אים און מוחל וסולח זיין כל החטאים ועוונות שלו אויף עבר, אזוי ווי אין פסוק שטייט ומודה ועוזב ירוחם, דער וואס איז מודה דוקא ועוזב בפועל ממש ירוחם ווערט ער דערבארעמט היינו גרויס רחמנות אויף זיין נשמה זי זאל ניט פארפאלן ווערן אין קליפות הטמאות ח"ו.

פרק ה) די אנדערע צייט איז ווען דער בעל תשובה זאל זיך צוברעכן די הארץ, איז אין דער פרי אלע טאג ווי ער שטייט אויף פון שלאף כנזכר לעיל, און אלע מאנטאג און דאנערשטאג און ערב ראש חדש זאל דער בעל תשובה זאגן דעם וידוי פון על חטא נאך תפלת המנחה דוקא בלחש, און בשעת ער זאגט על חטא שחטאנו לפניך, זאל ער זיך דערמאנען אויף אלע חטאים און זאל אויסריידן כל לבבו אז ער האט חרטה באמת און די הארץ טוט אים זייער וויי על העבר און להבא וועט ער שוין מער ניט טאן ח"ו, ויבכה און ער זאל וויינען מקירות הלב פון פינטל פון הארץ בדמעות מיט טרערן זאל ער אפווישן דעם פנים איז דאס איין גרויסער תקון צו דעם פגם אראפ צו נעמען וואס ער האט פוגם געווען אין צלם אלקים, אזוי ווי דוד המלך ע"ה האט געזאגט אשחה בכל לילה מטתי בדמעתי ערסי אמסה וכו', און אזוי זאל ער טאן אלע טאג פאר דעם שלאף בק"ש שעל המטה און אין דעם וידוי וואס ער זאגט, און בפרט אין דעם פסוק בידך אפקיד רוחי וכו'.

פרק ו) די תשובה ווערט צוטיילט אויף צוויי חלקים. איין חלק איז תשובה במעשה דאס ווערט גערופן עזיבת החטא אזוי ווי אויבן געשטאנען. דער

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.