תצה
פרק כט) דער עסק פרנסה איז עס זאל זיין דער האנדל באמונה זייער, היינו ניט צו נארן קיינעם אפילו אויף א פרוטה און זייער ניט באגערן איין פרעמדען גראשן, ווער עס איז איין קרעמער זאל ניט כאפען איין פאלשע מאס און קיין פאלשן וואג, וכש"כ ניט צו פארלייקענען און ניט מטעה זיין און פשיטא ניט אויף צו עסען פרעמדע געלט, זעהן צו באצאלן אלטע חובות אין דער צייט חאטש עס איז אים זייער איינג, דער וואס צאלט ניט ווערט ער אנגערופען רשע אזוי ווי אין די עבירות חמורות פון ניאוף כמ"ש לוה רשע ולא ישלם ווי עס שטייט אין די עשה"ד לא תרצח ולא תנאף לא תגנוב, רציחה הארגענען און גזילה גזלענען געלט איז גלייך, ווארום די געלט די ביסל וואס דעם לעבען דערהאלט נעמט מען אוועק איז אזוי ווי רציחות נפשות רבות וואס זיי היינגען אן דעם, בכן דארף מען בעסער זעהן צו דערהאלטן נפשות רבות, און פארקערט ווערט ער אן גאר זיין תשובה על ח"נ.
פרק ל) אדרבא דער בעל תשובה דארף זעהן צו טאן גרויסע גמ"ח מיט לייטן וויפל זיין יכולת איז, והעיקר צו דער הערן דעם רחמנות און דאס איינגקייט פון עניים און אפילו פון עשירים אין זייער איינגקייט און זאל ניט האבן קיין שטארקע הארץ און ניט קיין שלעכטע אויגען ח"ו, אדרבא נאר גרויס רחמנות האבן און ניט אנדערש, בכן דארף מען זעהן צו זיין תקון וכפרה על החטאים צו דערהאלטען נפשות רבות מיט גרויסע התאמצות און גרויסע חסדים וואס ער קען טאן, גיין און טאן און ריידען וויפל ער קען און אין זיין געלט זייער מותר זיין נאך זיין פארמעג, נאר זיין מגמתו און זיין נפש זאת כל ימיו רק ליגן אז נאר ער זאל
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.