תקצח
לדוד אליך ה' נפשי אשא און דאס איז דער העככסטער יחוד. ובזוה"ק נק' מוסר גרמי' למיתה דהיינו פאר וואס רופט מען דאס בחי' מיתה ווארום ער [דארף] מבטל זיין זיך גלייך ווי עס איז [גאר ניטא במציאות און דאס גיפינט זיך ניט אפי' אין זיינע מוחין ומדות וואס ער האט צו אלקות, דארף ער אויך מבטל זיין גלייך ווי עס איז] ניט דא, דהיינו ער זאל [גאר] ניט וועלן ווי א מת בר מינן וויל גאר ניט און איז פטור פון אלץ בזה האופן צ"ל הביטול וזה נק' כארי' דשכיב על טרפי'. ווארום דערמיט ציהט מען ארויס דעם כח היש שלא יוכל להיות נפרד אפי' בריחוק מקום ממנו, דהיינו אפי' [אין יש] וואס דאס איז בריחוק מקום ממהותו ית' כפי מה שאנו רואין בעינינו, זאל מען דא קיין יש ניט זיין, ואפי' בדברים גשמי' אכיל' ושתי' ומו"מ ושארי דברי' זאל זיין קודש לה' עס זאל גאר קיין פאר שטעל ניט זיין ווען דער גוף אליין איז קודש בכל פרטיו און דאס איז אין דין תורה דער אורט פון תורה ומצות וד"ל.
ולהבין יותר צ"ל מפני מה אין בנפ"א אות ק' בתחלת פסוק, והטעם מפני שאות ק' איז מאותיות שק"ר דאז סט"א לגבי קדושה כקוף בפני אדם, דאס הייסט אדם בליעל דקליפה שהוא לעומת אדם דקדושה, ווי עס איז מובן מתמונת אות ק', ווארום וואס איז אקוף דאס איז אזוי וויא איין ה', דאס איז דער [גילוי] התחלקות, נאר דער רגל פון ה' גייט ניט ארויס חוץ לשיטה, נמצא איז ער [אין] כלל פון שם הוי' ב"ה ווי ער איז כביכול אני הוי' לא שניתי. ואות ק איז אויך דער אייגענר אות [ה'], נאר דער רגל גייט ארויס חוץ לשיטה, דהיינו דאס איז די אייגענע התחלקות, אבל אינו נכלל בשם הוי' ונחשב לדבר זולת[ו] וזה נק' אדם בליעל דקליפה נגד אדם דקדושה שמבוטל לאלקות. ולעתיד כשיקוים ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ שטייט דערוף קנה וסוף קמלו דהיינו רגל פון קוף וואס [איז] חוץ לשיטה וואס ער גייט ארויס חוץ מיחודו לאחדותו ית' וועט דאס ניט ווערן. אבל כעת צריך לבטלו כאלו לא הי' במציאות במס"נ למיתה לכן אין כתיב en.אות ק' בזה המזמור בתחילת פסוק וד"ל.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.