תקצז

איז בעמדו לפני המלך למקומות הרחוקים, און אזויא וויא בגשמיות רגלים זיינען מעמיד דעם גוף און טראגין אים ממקום למקום אזוי איז אויך בחי' נה"י דער רעכטר חיזוק המוחין ומדות.

און דער שורש דערפון איז מחמת דיא פארטיגע מוחין, מלמעלה מהמוחין, דהיינו ווייל ער נעמט זיך אריין דעם עצם רצון המלך וואס דאס איז העכער ווידער זיין השגה, דאס ווערט אן גירופין להוסיף אורות באצילות מוסיף זיין כח כביכול במוחין ומדות, וגם נק' אכילת אדם וישראל מפרנסין לאביהם שבשמים, למשל באימת מלך ווערין דערמיט שטארקער זיינע מוחין ומדות וואס איז שייך צו דער מלוכה, ער זאל זיך אראפ לאזין פון זיין עצם מהות מעיין צו זיין בפרטי פרטיות עניני מלוכה, און ממילא ווערט נתחדש און [לעבעדיק] אלע פרטים און עס ווערט ניט אן גיזעהן קיין [זאך] פאר אדבר נפרד ח"ו מאתו ית', און דאס ווערט דורך ח"י ברכות דצלותא, וכמבואר במשל מחוט השדרה. און עס ווערט אריבר גיטראגין דער ביטול אפי' אין עולמות בע"ג ולא בשעת התפלה בלבד, ווי דען אפי' בעניני מו"מ או"ש דהיינו אין תורה הגם זיא איז מלובש אין דברים גשמיים. און תרי"ג מצות התורה וואס דאס נעמט זיך אלץ פון דברים גשמיים מפני שאורייתא וקוב"ה כולא חד. ומצד גאט [ב"ה] אליין זענן אלע פרטים של דברים גשמיים קיין פאר שטעל ניט אחר שלבדו הוא ית'. הנה לכן קען זיין ע"י העלאת התפלה התחברות והתייחדות אין אלע פרטים במהותם ווי זיי זענן אפי' באו"ש ומו"מ עפ"י תורה, ווארום דאס איז דער תכלית המכוון עס זאל אונטן נגלה ווערן אין עוד מלבדו אין אדם ברמ"ח אברים דהיינו רמ"ח מצות הבאים מדברים נפרדים [דוקא], און דאס זאל זיין מיוחד וויא אברי הגוף דורך התלבשו' הנפש, און וויא ער איז כביכול, ניט בגדר אדם זאל נמשך ווערן אין בחי' אדם. און מען זאל אנדערש ניט אן זעהן דורך פרטים ווי גאט אליין כביכול, ממילא דאס דארף נגמר ווערן אין סוף שמ"ע אין שים שלום, למשל בעמדו לפני המלך דארף ער אויף זיך מקבל זיין בשלימות שלא יהי' באופן אחר. פריער ווערט נגמר אין מוחין און דער נאך en.אין מדות חג"ת און דער נאך אין נה"י.

אבער אז ער דארף אפ טרעטן פון מלך מקיים צו זיין נימוסי המלך רצון וחפץ המלך בריחוק מקום מהמלך קען דערינען זיין אחסרון, דהיינו ער קען אריין פאלן בעניני עצמו לכן דארף ער זיך נאך אמאל מבטל צו זיין צום עצם המלך, גלייך וויא ער איז גאר ניט במציאות אויף דעם עולם מיט אלע זיינע רצונות ובאמת איז דאס דער העכסטר ביטול וד"ל. לכן דארף זיין נאך שמ"ע נפ"א

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.