תקצו

גירופין מוחין. הגם אין ק"ש איז דאך שוין מוחין, דאס איז מוחין בטל צו ווערין [און מיוחד צו ווערין] צו אלקות [אבער] די ג' ברכות פון שמ"ע איז מוחין ממשיך צו זיין אלקות אין יש דווקא און מגלה צו זיין ווי דאס איז אלץ ער [אליין] כביכול. לכן איז אין שמו"ע ווידער מוחין און דאס איז דיא ערשטי ג' ברכות ווערט ערשט נגלה במוח דער אופן פון אין עוד [מלבדו] אין כלים דוקא. און דאס איז [ברוך] אתה הוי' עס זאל נמשך ווערין וויא עס איז הוי' כביכול אין [אלקים] וויא ער איז בלי שום שינוי וד"ל. און דיא י"ב ברכות אמצעים ווערין גירופין מדות דהיינו [אז דש] ווערט נגמר אין מוח אז דאס איז אזוי, קען [דש] ערשט נאך דעם די אייגעני זאך נתגלה ווערין אין מדות עס זאל דורך נעמין אללע מדות עס זאל נמשך ווערין בכל הפרטים גילוי אין עוד מלבדו, דהיינו עס זאל נמשך ווערין אין חונן הדעת און אין רופא חולים גילוי אין עוד מלבדו. און באמת איז דער שורש פון דיא ברכות ש"ע הגם זייא זענין אין גשמיות זיינען זייא מרמז בכל העולמות העליונים כמאמר רז"ל מניין שהקב"ה מתפלל, נישמער אפי' בגשמיות זאל מאיר זיין דער יש אמיתי וד"ל.

און דיא ג' ברכות אחרונ[ות] איז נה"י דהיינו [אז] עס איז נגמר גיווארין אין מוחין ומדות כנ"ל ווערט שוין נמשך אין נה"י און [דש] איז מ[ח]מת דיא שטארקייט פון מוחין. למשל אקטן קאן ניט גיין ברגליו ביז עס ווערט נגמר זייני מוחין [און די רעכטע שלימות איז די רגלים ווארום אן א פוס בלייבט זיינע מוחין] ומדות בייא זיך און קענין ניט אויס פירין דעם מכוון, כמו"כ הוא [נה"י] ווערין גירופין רגלים און זייא זענין דער חיזוק המוחין ומדות און זייא הייבין אויף און שטעלין [אויף] דעם גוף עם הראש אין דער הייך, משא"כ זולת אנדערי כוחות ומדות, לכן כתיב עטרת זקנים ב"ב כי המוחין נק' זקנים והמדות המה הבנים ונה"י המה ב"ב, און אזויא וויא רגלים בגשמיות טראגין אריבער הראש עם הלב ממקום למקום מה שב[לע]דם לא הי' כן. וכן הוא ממש דאס איז קיין חידוש ניט אז דער ביטול איז מצד התקשרות המלך בעמדו לפניו און דיא מוחין ומדות זיינען פארנומען דרינן כמאמר ז"ל ג"ר [הוא] כעבד המקבל פרס מאת המלך וג' אחרונות כעבד הנפטר מהמלך אבל דער עיקר מכוון איז שיהי' לו ית' דירה בתחתונים. למשל דער עיקר גילוי המלוכה איז אין ווייטע מד[ינ]ות זאל זיך מתפשט זיין אימת ופחד המלך אדנותו וממשלתו, דאס איז מע זאל אריבר טראגין דעם אייגינעם ביטול וויא ער

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.