תקצה
לברואים, ווארום אז עס וואלט [אלץ אן גיזעהן ווערין] וויא עס איז באמת מצד אלקות וואלט דאס זיין נהמא דכסופא און [עס] וואלט זיך ניט שיקין קיין שכר ועונש. לכן ווייל עס ווערט אן גיזעהן פאר א יש ו[דבר] נפרד און אין אמת איז דאס אפאר שטעל [אז מי] קען ח"ו בלייבן אונטין אין פאר שטעל, ווארום [דער] מכוון פון פאר שטעל איז עס זאל קענען זיין בחירה, בכן קען מען בלייבין אין הסתר פנים [בדרך גלות השכינה און עס זאל אזוי בלייבען], רופט מען דאס גלות השכינה ביז עס ווערט גלו לאדום שכינה עמהם און ביז עס ווערט כרחל לפני גוזזי' נאלמה כמבואר לעיל, ביז מי זעהט ניט אן ווי ער איז מחי' און מהוה ביז מי איז גורם גלו לאדום שכינה עמהם כלומר בעושה מעשה אדום שכינה עמהם כמבואר במ"א. נמצא איז מען מעוברי רצונו ח"ו ווארום דער מכוון פון פאר שטעל איז באמת ניט דש. לכן דער ווייל עס קען אונטין [זיין] אהסתר פנים, מצד ישראל עם קרובו פאלט דער לשון עבודה, ווייל דער שורש פון אידין איז בעצמותו כביכול לכן קענען זייא ארויס גיין פון הסתר, לכן מוז זיין מתחילה דער ארויס גיין מלמטה למעלה בזה האופן וויא דאס איז אויבין גירעד גיווארין מבטל צו זיין דעם הסתר בהדרגה בעילוי אחר עילוי ביז בחי' בכל מאודך. אבל באמת מצד עצם אלקות איז דאך דער יש אליין וויא ער איז ער קען קיין אנדער זאך ניט וויא מצד עצם אלקות כי ממך הכל הוא, און דער עיקר מכוון איז מצד היש והסתירה וויא ער איז, זאל זיין [גילוי] אין עוד מלבדו, ווארום באמת איז דאך אזוי לכן נאך דער עליה קען שוין זיין דיא המשכה [ב]בחי' שוב לאחד כנ"ל.
והנה אח"ז איז אמת ויציב מאמת צו זיין דיא זאך אז עס איז אזוי אין אללע ט"ו ווי"ן איז אלץ מאמת צו זיין דאס ווערט גירופין ט"ו יסודות, דאס איז דיא התקשרות יסוד דאבא מצד דעת עליון דדכורא ווארום אין נוקבא איז מער נישט אז אחצי דעת באופן אמקבל צו זיין אלקות ארויס צו גיין פון זיך בטל צו ווערין, אבער דעת דדכורא איז דוקא משפיע צו זיין אונטין אין כלים פרטים גילוי א"ס ב"ה און דער עיקר המשכה דערפון איז שמו"ע. און דיא ערשטי ג' ברכות ווערין
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.