תקצג
נעמין וויא ער איז אונטין אין אגוף. אויך בדרך כלל איז דאס יחודו ית' בג' עולמות בי"ע, וואס דער [עיקר] גילוי כבוד מלכותו ית' איז דווקא אונטין און דאס איז דער פי' ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד אז עס זאל נמשך ונתגלה ווערין אין עולמות אונטין זיין מלוכה און אין איטליכן כערכו וזה נק' יחו"ת, [און] יחו"ת איז מקבל פון יחו"ע גאר פשוט, אז עס ווערט ניט [גוט] נתאמת וויא [מצד] אויבין איז קיין נפרד און וויא עס איז אלץ מיוחד בתכלית היחוד, קען מען אונטין ניט מיוחד ווערין, וכמבואר בזוה"ק ועד הוא תוקפו דאחד דיא שטארקייט פון אחד דהיינו עס איז שטארק עס לייגט זיך [אחד] גאנץ קלאר קען דאס דורך נעמין ביז עס זאל אונטין מיוחד ווערין בפ"מ וזהו יחו"ת. ובזה האופן רופט מען דאס אריין גישיינט אחד אין איטליכין אידין איז דאס למשל וויא עס קומט צו נויף דער כח הצומח וואס אין גרעין מיט דעם כח הצומח וואס אין קרקע וד"ל.
און פון דעסט וועגין דארף מען פארשטיין אז דאס איז ניט גלייך צו יחו"ע עס איז ניט מער כגוונא דאינון מתיחדין לעילא וד"ל. למשל עס איז ניט גלייך וויא אללע פעולות פון גוף זיינען מיוחד אין נפש בתכלית היחוד, צו דיא התגלות הנפש אין גוף וויא דער גילוי היחוד איז דורך כלי הגוף [וד"ל. לכן] אז דער גילוי היחוד איז דורך אונטערשטי כלים און כלים מצד עצם איז דאך אהסתר, בכן דארף דערפון ער[ש]ט ווערין ואהבת את ד' אלקיך ווידער מלמטה למעלה אז הוי' זאל [ווערין אלקים ממש] וויא ער איז בלי שום שינוי, און דאס ווערט גירופין דיא צמיחה, [ד"מ] כמו בארץ הגשמי' כשזורעין בה כמבואר בכאן און עס דארף מצמיח והולך זיין אזוי וויא מיר זאגין בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאודך דאס הייסט איבער אמאס, למעלה מעלה מגדר השגה והבנה אלא בבחי' ועמך לא חפצתי בארץ מצד עצם אלקות וויא ער איז כביכול ניט בערך התלבשות ניט צו וועלין עוה"ב און ניט געה"ע ו[ג"ע ה]תחתון און ניט קיין זאך, ניט שמים דאס רופט מען דער חיות פון סובב וואס קען ניט אריין שיינען אין קיין עולם היותר עליון נאר דאס איז [מחי' און] מהוה בדרך מקיף וסובב ניט [בגדר] פנימי בדרך או"כ, און ארץ רופט מען דער חיות וואס קאן אריין שיינען ב[דרך] פנימיות אין איטליכען עולם לפ"ע, זאל מען גאר נישט וועלין נאר נכלל ובטל צו ווערין אין מאור העליון אין מהו"ע ית' כמבואר במ"א. [ו]כ"ז איז אלץ דיא עליה מלמטה למעלה ביז זאל ווערין גילוי נקודת הלב בבחי' [ו]בכל מאודך, און דאס ווערט גירופין עבודה
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.