תקצב
ולהבין זה הנה שמע [איז] לשון הבנה וגם לשון אסיפה כמ"ש וישמע שאול את העם, מילא אסיפה איז רעכט דורך אזוי פיל התבוננות [פון] פסוד"ז ויברך דוד ויוצר אור ווערט איין גיקליבען אללע [כחות] פרטים פון נפש בטל צו ווערן צו יחודו ואחדותו ית' מצד יחו"ע מצד אז ער פאר שטייט אז מצד אלקות איז אזוי, מעתה מהו שמע לשון הבנה, [ו]כידוע אז הוי' אלקינו איז יחוד או"א דאס איז חו"ב נשאר די קשי' ביז אהער ביז קריאת שמע איז דאך התבוננות אין אלקות וכמבואר באריכות וויא קען זיין התבוננות אין חו"ב. ו[כדי] להבין זה איז דרך משל ווי איינער לייגט זיך אריין צו פארשטיין אפשט און וויל דער פון ארויס נעמען אדין דורך די אריכות וואס ווערט גירעט בגמרא ביז עס ליייגט זיך גאנץ גוט בייא אים די עמקות דאס הייסט דער דין איז ארויס גיקומען וויא ער איז באמת ע"י האריכות בגמ', האט דאך דאס גימוזט זיין דורך יחוד חו"ב, מ"מ וואס טוט ער נאך דעם אז עס קומט צו נויף אללע חלקים פון פאר שטאנד צו איין ארט למשל פון אללע דיא אריכות, איז מיט אמאהל ליכטיג [גיווארן ווייל ער זעט אז עס איז אזוי און פון דעסט וועגין איז ער זיך מעמיק נאך איין מאל אין קיצור ארויס צו נעמין] דיא זאך, און דאס קומט פון קאנטעטקייט וויא דאס האט אים דער ליכטיג, ממילא איז מובן אז דער יחוד חו"ב ווערט גירופין איחוד פנימי נאך דעם ערשטין יחוד [וד"ל]. לכן נאך דעם ערשטין יחוד פון פסוד"ז [און] יוצר אור דארף זיין אין קריאת שמע ווידער איחוד ונק' יחוד או"א יחוד פנימי, וזהו שמע לשון הבנה און דער יחוד ווערט גירופין אור זרוע לצדיק דהיינו אז עס ווערט [אריין en.גישיינט אין איטלעכן אידן אחד.
ואחר זה שיק צעך צו זאגין בשכמל"ו יחו"ת דהיינו יחו"ע איז נאר] נתאמת [גיווארין נאר] וויא מצד אלקות איז אללע פרטות התחלקות מיוחד מצד אויבין. אבער דער עיקר מכוון איז אז דיא פרטים אליין וויא זייא זענין זאל אין זייא אויך מאיר זיין יחודו ואחדותו ית' און אין פרט אז אין א אידען זאל ד[ו]רך
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.