תקצא
נאך דעם איז פסוד"ז דאס איז שוין די התבוננות און פרטיות התפשטות גדולתו ית' באופן וויא מיט אללע פרטים איז אלץ לבדו ית'. איי וויא קאן דאס זיין אז זאל קענען זיין עולמות עד אין קץ ותכלית ושיעור וכמ"ש ועלמות אין מספר און עס זאל פארט זיין לבדו ית' לכן איז דאס יקרא דמלכא. וזה נק' בזוה"ק פוקו לאסתכלא ביקרא דמלכא דאס איז דער עיקר נאר אריין צו לייגען זיך בגדולתו ית'. למשל וויא אמוכה שחין גייט זעהן אמלך גדול ונורא, איז ער זייער ווייט אז ער זאל [קענען ארויף ברענגען אויף דער מחשבה אז עס וועט אין אים אריין שיינען עפעס א זאך פון מלך אדער ער זאל] גאר מיינען ער וועט נתאחד ווערן מיט דעם עצם המלך, ווארים מצד זיין פחיתות הערך קען דאס גאר ניט זיין ממילא האט ער דרינען קיין [שום] פני' ניט פון זיך, ממילא איז זיין גיין זעהן נאר מי דארף גיין זעהן דעם מלך אליין, און איז ממילא בטל ביז ער פארלירט זיך זיין מהות מכל וכל און פאר ג[ע]סט אויף זיך לגמרי, און דאס איז באמת למחזי ביקרא דמלכא, ממילא וואס ער זעהט מער דעם כבוד המלך ווערט זיין מהות מער צורירט, דהיינו דורך פרטיות התבוננות אין פסוד"ז וויא עס ווערט גירעט הללו את ה' מן השמים הללוהו במרומים וכו', נאך דעם איז ויברך דוד ווערט ווידער איבער גירע[ט] ווי אזוי פיהל עולמות ריבוי רבבות מדריגות לאין קץ ושיעור מלאכים וצבא השמים ונשמות פון דעסט וועגין איז אתה [הוא] ה' לבדך, ממילא ווערט דורך דעם צו רירט דער מהות און מאכט שלאף דעם יש [אזוי] וויא קרקע בגשמיות ווערט צו רירט פון ארט דורך אקערין וואס דורך דעם איז זיא שוין ראוי לקבל הזריע', דאס הייסט [דורך] דיא אריכו' התבוננות פון פסוד"ז ויוצר אור וואס עס ווערט דערמאנט שרפים ואופנים וחיות הקודש אזוי פיל עולמות ריבוי רבבות לאין קץ ושיעור ווערין בטל ונכלל צו אלקים חיים מיט גרויס ברען אין מיט גרויס התפעלות, וואס דורך דעם ווערט ארויף גיטראגין דיא כסא כמבואר בכאן אז עס ווערט ממילא ארויף גיטראגין ווייל דער עומק התבוננות איז אחוץ זיך אן שום פני' וד"ל. אך וואש דען דאס איז נאר דער פארשטאנד פון יחו"ע כו' וויא אללע עולמות השתלשלות וצמצוצים זיינען מיוחד מצד אויבין ביז עס ווערט ממילא נתאמת דער יחוד, נאך דעם איז ער[ש]ט אסברה צו זאגין שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד קען מען דאס רופן עס איז אזוי.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.