תקצ
באמת לא עליך המלאכה לגמור, ווארום מי זאל עפיס וועלין ה"ז נק' המעיין בתפלה כו' וד"ל. ונק' ג"כ התובעת בפה יוצאות שלא בכתובה כו' וכמבואר בע"ח. לכן איז דער אן הייב פון תפלה פון א"ס אליין וויא ער איז קודם הבריאה אזוי וויא מיר זאגין אללע טאג אדון עולם אשר מלך בטרם כל, און דער סוף איז וויא עס איז ניט דא און עס וועט ניט זיין קיין אנדער זאך ח"ו. וויא דען והי' הוי' למלך על כל en.הארץ ביום ההוא יהי' הוי' אחד ושמו אחד וד"ל.
און אז מי איז באמת צו גיקלעפט, איז ערשט אסברה נאך דעם מכוון צו זיין. איך ומה. למשל וויא זאל זיין דער מו"מ מיט וואסערי סברות ואופנים, אזוי דארף זיין דער אריין לייג וויא זאל נמשך ווערין אלקו' אין פרטים און צו פאר שטיין וויא אללע פרטים איז ער אלץ אליין כביכול און איז ניט מוסיף ח"ו [קיין] ריבוי ושינוי אויף אים. נאר דער אופן דעת דקטנות איז אלץ ביז ברוך שאמר דאס איז דער אריין רייד זיך מאמת צו זיין בכלל אז עס איז ניט אנדערש, דהיינו אזוי וויא מיר זאגין אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים [גורלינו ומה] כו' דהיינו וואס איז אונזער [גורל און אונזער] חלק איז א"ס אליין. למשל וויא איינער איז זיך מתפאר דאס איז מיין פאטער בדרך כלל. הגם אין פרטיות פארשטייט ער ניט דעם מהות פון פאטער און איז ניט מקבל קיין שום טובה בגילוי, נאר דיא שמחה איז אז ער איז מיינער אזוי וויא מיר זאגין אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו כו' שאנו משכימים ומעריבים [ערב ובוקר] ואו' שמע [כו' דהיינו דאס איז א התפארות וואס מיר האבין בכח אז מיר קענין זאגין שמע ישראל] כו'. ומטעם זה ווערט דאס גירופן ק"ש קטנה ווייל דאס איז נאהר בדרך כלל און דאס איז קטנות. לכן דארף מען אזוי פיהל מאמת זיין וויא מיר זאגין ווייטער אתה הוא עד שלא נברא העולם ואתה הוא משנברא העו' בלי שום שינוי, און דאס ווערט שוין שטארק נתאמת ווערין אז דאס איז אזוי דענסטמאל איז ער[ש]ט אסברה נאך דעם זיך מתבונן צו זיין אין פרטיות התפשטות גדולתו ית'. און דער ער[ש]טער אופן איז נאר למשל וויא רעגין גייט על הארץ וואס מאכט נאר ווייך דיא קרקע מזאל קענען אקערין אזוי איז אויך פון דעם קבלת עומ"ש בכלל בבחי' הקטנות נעמט דורך דעם מהות en.היש אז ער זאל קענען בטל ווערין אין ק"ש גדולה בבחי' הגדלות.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.