תקפט
תירוץ ד[ו]רך א אידען קאן אלץ זיין ווארום דער שורש פון א אידן איז אין עצמות א"ס ב"ה, ווארום דיא ישראל זענען דער גילוי כח הביטול פון עצמות א"ס ב"ה אפי' מצד היש ווארום כביכול ער איז אש אוכלה דאכיל ושצי כל מה דאתדבק תחותי' כו'. אבער אויף אידין שטייט גישריבען ואתם הדבקים בה' אלקיכם חיים דווקא, דער עיקר חיות פון ישראל איז אתדבקות, און אזוי וויא מצד עצם אלקות איז ער א"ס פשוט בתכלית הפשיטות און קען זיך מתלבש זיין אין עלמין אזוי קענען ישראל זיין אין אגוף גשמי און קענען האבין באמת מס"נ וביטול צו אלקות בתכלית מנפש ועד בשר. ווארום זייא זענין אחלק אלקי ממעל דריבער איז אין זייא שני הפכים בנושא אחד כו' וד"ל.
ומעתה אתחיל לבאר איך שעיקר התיקון הוא ע"י התפלה. הנה אזוי וויא אין השתלשלות העולמות מלמעלה למטה איז מקורא דכולא א"ס ב"ה [אחר אז מיר זעהן עס איז אלץ גינומען גיווארין מכחו ית' כמבואר בכאן, אזוי דארף זיין דער אנהויב פון עבודה אויך פון א"ס ב"ה] בעצמו דהיינו דער ערשטער אריין לייג דארף זיין מיט דעת דקטנות אין א"ס אליין, וויא עס איז באמת ניט דא קיין אנדער זאך ח"ו ווי גאט אליין, בכן איז ניט דא גאר קיין זאך וואס צו וועלין חוץ ממנו אחרי שמלבדו הוא און עס איז ניט דא ווער זאל וועלין. נאר דאס מוז זיין מיט אדעת ממש מיט אדערהער אהרגשה צו דערהערין און צו גיקלעפט זיין דער צו אז דאס איז ניט אנדערש. למשל וויא דא איינער איז צו גיבונדין מי מוז האנדלין אין מו"מ ווארים דאס איז דער לעבין, הגם מי ווייס ניט דעם סוף דערפון אויב עס וועט אזוי זיין וויא איך וויל, נישט מער אז וועלין אליין העלפט דא ניט נאר מי מוז עוסק זיין איך שיהי', וזה נק' דעת דער ערשטער דעת און דאס איז קטנות ווארום דאס איז נאך אן אפאר שטאנד מ"מ איז דער שורש דערפון זייער הויך. כנראה בחוש פון וואנען ווערט גדלות המוחין אויב ניט מקודם זאל ווערין קטנות, [ו]כמבואר בגמ' בוצין בוצין מקטפי' ידיעה, און דאס איז אין כלל און אזוי איז אין איטליכער זאך בפרט, ווארום אז ניט אזוי וואלט קיין זאך ניט נגמר ווערין בעולם. אזוי דארף זיין דער אן הייב פון עבודה בכל יום ויום צו קלעפין זיך צוא עצמות א"ס ב"ה כמבואר. און עס דארף גאר ניט אר[ע]ן וואס פון מיר וועט זיין, ווארים
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.